"איך געדענק נאָך ווען איך פלעג-" (ק"ש חול המועד פּראָגראַם)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 914 מאל

"איך געדענק נאָך ווען איך פלעג-" (ק"ש חול המועד פּראָגראַם)

שליחה דורך ברוינשטיין »

ס'קען אַמאָל זיין אינטערעסאנט צו גריבלען אין די קינדערישע זכרונות וועלכע זענען לויטער און זויבער, די וועלט איז געווען בליטשקעדיג אבער שרעקעדיג ביינעאַם, ביסט געווען באמת דיך אליינס האסט נישט געגעבן קיין *** פאַר קיינעם, אַז דו האסט עפעס געוואלט האָסטו דאָס געבעטן, ווען די ביסט געווען פרייליך האסטו געלאַכט, ווידער ווען די ביסט געווען עכט טרויעריג האסטו געקענט שטיין צווישן דרייסיג מענטשן און קאַכן מיט אַ טיפע געוויין אָנע בישות.

אַז דיין נפש האט געשפירט ווי ער דאַרף אביסל "עטענטשען" צו אָנגיין ווייטער האָסטו אויפגעהויבן דיין "אַרטסינקרעפטץ" און דאס געוויזן פאַר דיין מאַמע פרעגענדיג: אמת ס'איז שיין? היינט אויב ווילסטו שעפן אביסל "עטענטשאָן" דאַרפסטו אריינשמייסן אינעם דרייוועי פונעם שוהל מיט אַ לוקסוריעזן קאַר, שטעלן אַ בלעכענעם פנים און מיט זייטיגע בליקן שעפן הנאה פון אַפאָר כולל יונגעלייט וואָס דו מיינסט אַז זיי קוקן דיך אַרויף.

אַלזא לאָמיר צוריק לויפן צום גאָלדענעם אַמאָל און ארויפשלעפן די פאַרוואָרפענע שיינע זכרונות.


____

נישט פאַרגעסן צו צולייגן בעפאָר יעדעס זאַץ די ווערטער: איך געדענק נאָך ווען איך פלעג,

-פלאַטשקענען אין פאָדלס

-אָנשמירן מיין האנט מיט גלו, דאָס לאָזן אויסטריקענען, און נאָכדעם עס אָפשיילן.

-מיינען אז אַ "וואָלקעינאו" איז דאָס עפענונג פון גיהנום.

-שטיין אינמיטן די רינג און קלאָצן אויף אַלע טאַטעס מיט אַ ריהוגקייט.

-נישט קענען גרייכן דאָס הענטל פונעם קראַן\"סינק"

-מורא האָבן צו אַרויפגיין אויפן בוידעם.

-זיך נעמען לויפן פאַר גאָרנישט און פאַרנישט.

-נישט אויפמערקן אַז דער טאַטע וואָס שמעוסט מיט מיך איז נישט מיט אַלעמען.

-מורא האָבן פון אַ גוי'.

-ליב האָבן קפרה'ס שלאָגן.

-ווילן מאַכן קידוש.

-ארויף-קוקן אַ ליטוויש געגאָלטן באָרד מיט זיין בענד-דאון.

-מיינען אַז "סעלעבערטיס" זענען אַנדערע מין באַשעפענישן.

-קענען קומען אין שיהל מיט אַ בלויזן העמד!

-גרייטן נעגל וואַסער. (מען ברויך זיך טאקע מחזק זיין)

-לאַכן פון דזשאוקס.

-זיך נישט שעמען צו זיצן אויף אַ בענקל אַנקעגען די מוזיק ביים חתונה.

-מיינען אַז נאָר נאָכן כאַפּן אַ שווים, האָב איך די רעכט צו לייגן מיינע פיאות אינטער די אויערן.

-פרעסן ספרינקלס.

-מיינען אַז נאָר אידן זענען פרייליך.

-שטיין אין בעק פונעם באָס און זיך גריסן מיט די גוישע קאַר וועלכע פאָרט אונטער אונז, (ער פלעגט ווייזן מיט זיין מיטעלסטע, און מיר פלעגן דאָס אויסטייטשן אַלץ אַ בלעם סטייל שעלט מיטל)

-מיינען אַז אַלע קאַרן וועלכע פאָרן אַריבער מיין הויז האַלב דריי פאַרטאָגס קומען פון אַ חתונה, (בחורים ליידיגגייערס..)

-אריינקוקן אינטער די כלה'ס פנים צידעק ביים חופה.

-קלאַפן אויף אַ טיר נאָך צדקה פאַר לאַנגע מינוטן אין איין צי.

-זיך וואונדערן פאַרוואָס טאַטעס עסן נישט קיין נאַשערייען אַגאַנצען טאָג כאָטש אפילו זיי האָבן צוטריט דערצו. (היינט ווייס איך אַז זיי עסן יאָ…)

-זיך אויפרעגן ווען אַ גרויסע טאַטע פלעגט מיך שנעל אַדורך וואָקן אין אַ צעשטיפטען אָרט, בשעת וואָס זיינע לענדן פלעגן אַריינהאַקן אין מיר אַזש איך האָב פאַרלוירן באַלאַנס.

-זיך פאָרשטעלן אין חדר ביי חימוש ווי עשו ליגט אין אַ וויגעלע בעת וואָס זיין האַרטע אָראָנדזשע באָרד שטעקט זיך ארויס אַלע זייטן פונעם וויגעלע, "פאָר סאָם אַד ריזען" פלעג איך דמיון'ען אַז ער איז געבוירן געוואָרן מיט אַ שוואַרצ'ן זייגער אויפן האָריג האַנט. (יאָ, כ'האָב שוין דעמאָלט אָנגעהויבן פאַנטאָזירן).

-מיינען אַז ביי די צווייטע וועלט קריג איז אַלעס געוועזן "בלעק ענד ווייט".

-מיינען אַז מיין מלמד איז באמת אַ קלוגע מענטש.

-זיך וואונדערן פאַרוואָס טאַטעס האָבן נישט די רייץ צו בליקן אין בעק פון די חימוש ביים ליינען און קוקן די בילדער.

-קראַצן די פעינט פונעם וואַנט אין חדר. (נו, הקדש! הקדש!)

-לאַכן פון מענטשן וועלכע גלייבן אַנדערש פון מיר.

-**מיינען אַז פון מיך וועט שוין גאָרנישט אויסוואקסן**(און יעצט מיין איך אַז איך מיין נאָך אלץ… #מאטי)

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר