נייע סגולה פון שיר השירים פסח תשפ"ב!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5559 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

נייע סגולה פון שיר השירים פסח תשפ"ב!

שליחה דורך טמיר »

מיר אלע ווייסן אז אין שיר השירים ליגט גרויסע סגולות אויב מ'זאגט עס פערציג טעג וכדו', ספעציעל די עזרת נשים איז וואויל באקאנט מיט זייער עקספערטיז אין די ענינים. דעם פסח תשפ"ב האבן מיר אבער - מיט גרויס סייעת"ד - אויסגעטראפן א פרישע סגולה, בדוק ומנוסה, וואס ליגט אין די שיר השירים! אבער אנדערש פון די אלגעמיינע סגולות וואס ליגן בעיקר פארשטעקט אין די רמזים וצירופים פון די ווערטער, איז אבער אט די סגולה דוקא איינגעשטעקט אין די פשוטע פירוש המילות - און טאקע דוקא אין די גראבע פירוש המילות - ווי די ערשטע מהדורא צאינה וראינה וואלט זיך ערלויבט - און נישט די פון די אכשר דרא'דיגע ע"ט פירושים וואס מיט דיע ארבעט נישט די סגולה.

און ווען איך זאג בדוק ומנוסה, הגם עס איז אקארשט נתחדש געווארן אט ממש לעצטענס, איז עס פונקט ווי די "בדוק ומנוסה" פון שופך שיח זיין ביי די ניי-אנדעקטע ציון פון ר' טעמ'ל פון טרעסזקאוו, וואס איז מסוגל אויף זרע של קיימא. בדוק ומנוסה - כלומר: עס איז קלאר מסתבר אז עס העלפט, בבחינת קרא למא לי? סברא היא!

ווער ס'פארשטייט פארשטייט אז מ'רעדט דא א סגולה פאר די אלטע כראנישע פראבלעם וואס פלאגט ספעציעל ביי די ברכעים שלא כרעו לבעל'דיגע יודן - נעמליך "ליבע-לאזע שלום בית", ווען נישט דעם פראבלעם וואלט קאווע שטיבל פארמאגט בלויז האלב פון די איצטיגע בענדער. ס'טייטש, מרעד'ט דא פון פארלעך וואס האבן אודאי א שיינעם שלום בית, אבער ווייסן נישט געהעריג וואס צי טון דערמיט. און ווי קאמיש עס הערט זיך, איז די סגולה דייקא מער רעלעוואנט פאר די גרעסטע שיר השירים זאגער, אנשים וביותר לרבות נשים. טאקע די וואס וואלטן זיי געוויסט וואסערע ט---ע ווערטער זיי זאגן וואך איין וואך אויס, וואלטן זיי שוין געטון צים שיר השירים וואס די חכמים האבן געוואלט טון צי קהלת! נו, איז דען די רבי זי"ע נישט גערעכט געווען אז מען זאל מיט די תלמידים נישט לערנען נ"ך?

און איך וויל דא קלאר מאכן, אז דאס קיינער נישט מסופק אז די פשוטע ווערטער אין שיר השירים איז נישט מער ווי א משל, אבער פון די משל מעג מען דאך אויך עפעס ארויסנעמען! עכ"פ פאר א סגולה זיכער.

איז לאמיר טאקע זיך נעמען לערנען שיר השירים, און טאקע די משל אליין. לאמיר עס לערנען צוזאמען מיט די ווייב (אויב די סגולה איז עפליקעבל צי איר), זאל די סגולה אויך אויף איר חל זיין.

אלעס דרייט זיך ארום א חשוק און א חשוקה. א זכר און א נקיבה וואס האבן אן אויסטערלישע "קראש" איינעם צים צווייטן, נישט קלאר צי זענען געווען מאן און ווייב, בוי און גירל פרענד, אדער סתם צוויי שכינים.

די חשוקה הייבט אהן מיט די געגועים. אוי "ישקני מנשיקות פיהו" הלואי זאל מיך די חשוק געבן ראמאנטישע קישן, עס איז מיר אסאך געשמאקער פון א "רעזעל" פון די ice cream house! איך ווייס אז אלע מיינע פרענדס האבן דיך ליב וועגן דיין געשמאקע אטמאספערע/גערוך.

ווענדט זיך צי אירע פרענדס: "שחורה אני ונאוה" - כ'האב טאקע נישט די נייעסטע סטייל קלייד פון s&w, אבער אונטער די קלייד בין איך עכט שיין, און איך בין זיכער מיין חשוק וועט מיך לאווען!

שיקט א טעקסט צי דער חשוק: "הגידה לי שאהבה נפשי", פליז זאג מיך אויס ווי די גייסט טשילען היינט נאכט. איך וויל מיך זעהן מיט דיך בעדלי!

ער שיקט צוריק א לאנגע מעסעדזש: "לסוסתי ברכבי פרעה" - וויסן זאלסטו מיין באליבטע, אז ביי מיר ביזטו ווי די בעסט אוו די בעסט, ווי מען זאל קאמפעירן די פרעזידענטס קעדילעק צי עני אנדערע קאר אפילו רז"ל'ס יוקאן, ביזט נישט קיין פארגלייך צי קיינעם. דיינע בעקעלעך זענען ביוטעפעל, דיין האלז עז איז פאסט אריין אין א 10,000 דאלארדיגע קייטל.

זי שרייבט צוריק: האנעסטלי, איך בין נישט ווי מיינע אנדערע פרענדס און איך האב אביסל מער תוכן ווי זיי, און טאקע דו געפעלסט מיר אזוי אז דיינע מעלות שמעקט ווי די בעסטע פערפיום סאך בעסער ווי מיינס. איך קען שוין קוים ווארטן אז דו זאלסט ליגן צווישן מיינע בריסטן!

און אזוי גייט ווייטער נאך א קורצע אויסטויש צווישן די צוויי, און מיט דעם שליסט זיך פרק א' נאר די אנפאנג פון די הייסע אהבה צווישן זיי.

המשך יבא? ספיק ספיקא. אויב כ'וועל האבן געדולד און צייט, און אויב וועלן אנדערע וואס קענען בעסער ווי מיר משלים זיין די איבריגע. הלואי!
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר