פאליטיקס בעפאר פלעזשור

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1331 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2158 מאל

פאליטיקס בעפאר פלעזשור

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]דורכאויס די עפידעמיע ווען מענטשן פלעגן מיר זאגן אז מענטשן האבן ליב מאסקס פשוט ווייל “ס’דא מענטשן וואס האבן ליב ווען מזאגט זיי וואס צו טאן”, האב איך עס נישט געקענט גלייבן. ווען איך האב געזען מענטשן טראגן א מאסק ביים פארן אליין אין א קאר, אדער שפאצירן איזאלירט ביים בארטן מיט א מאסק, האב איך געטראכט אז די קאוויד-טראמע האט זיי פשוט באנומען. עס איז דאך פארט דא סייענס וואס זאגט אז מאסקס העלפט, סא זיי נעמען נישט קיין שאנסן. מען דארף גיין לחומרא.

מענטשן פלעגן אבער זאגן אז די מענטשן טוען עס לכתחילה, עס איז פשוט געשמאק און קאזי, עס שפירט אזוי גוט ווי אן אינפענט אין א קאר-סיט. איצט טו אן די מאסק, ווען דו גייסט ארויף אויפן פליגער טו עס אן, ווען דו עסט טו עס אויס, ווען דו געניצט לייג עס ארויף און ווען דו נעמסט א שאוער קענסטו עס אראפנעמען.

איך אבער האב עס נישט אפגעקויפט, איך האב געטראכט אז אין בעסטן פאל האט יעדער פיינט א מאסק. און אויב וואלטן מען אנאנסירט אז מ’קען אראפנעמען די מאסקס וואלטן זיי זיך צוגעכאפט דערצו.

אבער ווי יעדער ווייסט איז מאסקס געווארן פאליטיזירט. דעמאקראטן ציען דאס ארויף און רעפובליקענס אראפ. דעמאקראטן שרייען אז די דאטע זאגט אז עס העלפט, און רעפובליקענס שריייען אז עס איז לעכערליך אזוי צו זאגן און עס איז דא דאטע אויף פארקערט.

סא ס’איז זייער שווער צו ריסערטשן וואס די אמת איז. עמיצער וואס טראגט א מאסק האט 40 לינקס אויף זיין קליפבארד צו בארימטע סייענסטיסטן אז מאסקס העלפן, און עמיצער וואס טראגט נישט קיין מאסקס, האט 40 לינקס אז להד”מ.

אויב וואלטן מיר אבער ארויסגענומען פאליטיקס פון די אינקוועשען, א ליבעראל האט נאכנישט געליינט די וואשינגטאן פאסט, און א קאנסערוועטיוו האט נאכנישט געליינט דעם וואל סטריט זשורנאל, סא ער ווייסט נאכנישט וואס ער “דארף האלטן”, וואס וואלט איר געזאגט, וואלטן מענטש געוואלט טראגן א פאפירערע פעמפער אויפן פנים?

אויב מענטשן קאמפלעינען צו גיין מיט וואלענע רעקלעך הונטערן הייסן זון, פארוואס זאל איך טראכטן אז מענטשן וואלטן געווען פאסיוו צו פארדעקן דעם אטעם מיט א פעמפער פאר 10 שעה אויף א פליגער? אפילו עס וואלט געווען א קאנצענזוס אין סייענס אז דאס העלפט, וואלטן מען דאס לפחות געהאסט.

וועלכע לעבעדיגן מענטש וואלט דאס געוואלט?

שוין, וואלט איך געמוזט זאגן אז “פאליטיקס בעפאר פלעזשער”, אדער פאר די מער ברייטערן המון עם “סייענס בעפאר פלעזשער” - ס’דא אן עפידעמיע און מ’שפילט זיך נישט מיט קיין סייענס..

אבער מיין הארץ האט מיך נאכאלס נישט געלאזט גלייבן אז פאליטיקס זאל אזוי שטארק ארבעטן אז מענטשן זאל גרייט זיין צו דערשטיקן דעם אטעם “פאר פאליטיקס”, כ’מיין צו זאגן “פאר די דאטע”.

נעכטן האט א פעדערעלע ריכטער גע’פסק’נט אז די מאסק-מאנדאט האט נישט קיין האפט, און אראפ מיט אלע מאסקעס.

אבער - - - מיר דארפן צוריק די מאסקעס - - -

די ריכטער איז א רעפובליקאנער!!

מענטשן וואס פארן אליין אין א קאר מיט א מאסק פאר די לעצטע 2 יאר, אדער טרעוולען אויף א פליגער פאר 16 שעה מיט א מאסק, וואלטן נאטורליך, שכל’דיג, זיך געדארפט פרייען, ניין? כפארשטיי אז דו ווילסט זיך באשיצן, אבער מ’דארף שוין מער נישט.

איך וועל זיך שטיקן ווי איידער פאלגן א רעפובליקאנער ריכטער וואס איז נישט קיין דאקטער. אקעי, מסכים, קענסט בלייבן מיט א מאסק. אבער פארוואס דארפסטו מארדזשעלייזן מענטשן וואס פרייען זיך אז זיי דארפן נישט קיין מאסק מער?

צינדס אן די בלויע לעיט-נייט לצים פון נעכטן נאכט וועט איר זען ווי זיי קענען נישט משיג זיין פארוואס מענטשן פרייען זיך פטור צו ווערן פונעם פעמפער. די לצנות איז אזוי גרויס אז זיי האבן באקומען סחורה פאר א גאנצע נאכט צו לאכן פון די משוגעים וואס ווילן נישט קיין מאסקעס.

אז איר גלייבט מיך נאכאלס נישט גייט ארויף אויף טוויטער און זעט וויאזוי טויזענטער מענטשן באוויינען די לייכטזיניקייט פון אראפנעמען די מאסקעס, און שווערן זיך אז זיי וועלן קיינמאל מער נישט אראפנעמען די מאסקס.

זיי גייען זיך נישט לאזן פון א רעפובליקאנער ריכטער וואס גלייבט נישט אין סייענס!!

* * *

עוואלוציע פון א מאסק גייער:

מאסקס באשיצן פונעם וויירוס, אפילו עס איז אומבאקוועם ברויך מען עס טראגן.

סייענס באשטעטיגט אז מען דארף גיין מיט א מאסק.

מאסקס איז אומבאקוועם אבער נישט אזוי געפערליך.

איך פארשטיי נישט פארוואס דו קענסט נישט טראגן קיין פאפירענע מאסק, וואס פרייסטו זיך אזוי עס אראפצונעמען.

איך האף אז די קעיסעס וועט ארויפגיין אזוי וועט מען זען אז מ’מוז גיין מיט א מאסק.

אז עס ס’וועט נישט זיין קיין קעיסעס וועט מען מוזן מאכן קעיסעס.

וחוזר חלילה.[/justify]
בייגעלייגטע פיילס
WhatsApp Image 2022-04-20 at 9.00.18 PM.jpeg

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר