בלאט 1 פון 1

"קאווע שטיבל" צייכנט אפ זעקס חדשים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 8:38 pm
דורך admin
עס ווערט יעצט אפגעצייכנט זעקס חדשים זינט "קאווע שטיבל" איז געעפנט געווארן, פארגאנגענעם ר"ח אדר. 

מיר געבן אפ א שבח והודאה צום אויבערשטן פאר דער זכיה צו זיין מזכי הרבים, און מיר בעטן א תפילה אויף ווייטער, אז מיר זאלן אנגיין ווי ביז היינט צו געבן א פלאטפארמע פאר'ן ציבור מיט יושר און טאלעראנץ, על דרך התורה.

מיר ווילן אין דער געלעגנהייט באדאנקען די איבערגעגעבענע מנהלים און אחראים פאר'ן ארויסהעלפן אין דעם פענאמענאלן סוקסעס, און בעיקר קומט זיך א דאנק פאר די הונדערטער טייערע חברים וועלכע נעמען אנטייל אין די שמועסן, און מיט זייערע כשרונות טוען זיי מהנה זיין. 

ישלם ה' פעלכם, ותהי משכורתכם שלמה מן השמים.