וואו קען מען היינט זען אפענע מופתים אדער נסים גלויים?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8396 מאל

וואו קען מען היינט זען אפענע מופתים אדער נסים גלויים?

שליחה דורך שמן למאור »

אין א דערנעבענדיגע אשכול רעדט מען ארום איבער מעשיות פון מופתים וואס צדיקים האבן פארציילט, און וויפיל די עולם דא גלייבט דערין.

עס איז דא א באקאנטע רמב"ן אין פרשת בא (י"ג ז') וז"ל הרמב"ן הק':
ועתה אומר לך כלל בטעם מצות רבות. הנה מעת היות עבודת גילולים בעולם מימי אנוש החלו הדעות להשתבש באמונה מהם כופרים בעיקר ואומרים כי העולם קדמון כחשו בה' ויאמרו לא הוא..."
"וכאשר ירצה האלהים בעדה או ביחיד ויעשה עמהם מופת בשנוי מנהגו של עולם וטבעו יתברר לכל בטול הדעות האלה כלם כי המופת הנפלא מורה שיש לעולם אלוה מחדשו ויודע ומשגיח ויכול וכאשר יהיה המופת ההוא נגזר תחלה מפי נביא יתברר ממנו עוד אמתת הנבואה כי ידבר האלהים את האדם ויגלה סודו אל עבדיו הנביאים ותתקיים עם זה התורה כולה... אם כן האותות והמופתים הגדולים עדים נאמנים באמונת הבורא ובתורה כולה"
"ובעבור כי הקב"ה לא יעשה אות ומופת בכל דור לעיני כל רשע או כופר יצוה אותנו שנעשה תמיד זכרון ואות לאשר ראו עינינו ונעתיק הדבר אל בנינו ובניהם לבניהם ובניהם לדור אחרון והחמיר מאד בענין הזה כמו שחייב כרת באכילת חמץ ובעזיבת הפסח והצריך שנכתוב כל מה שנראה אלינו באותות ובמופתים על ידינו ועל בין עינינו ולכתוב אותו עוד על פתחי הבתים במזוזות ושנזכיר זה בפינו בבקר ובערב כמו שאמרו אמת ויציב דאורייתא ממה שכתוב למען תזכור את יום צאתך מארץ מצרים כל ימי חייך ושנעשה סכה בכל שנה וכן כל כיוצא בהן מצות רבות זכר ליציאת מצרים והכל להיות לנו בכל הדורות עדות במופתים שלא ישתכחו ולא יהיה פתחון פה לכופר להכחיש אמונת האלהים.
דער רמב"ן זאגט דא אז היות דער באשעפער האט געוואלט ווייזן זיין עקזיסטענץ, האט ער געמאכט מורא'דיגע זאכן שלא כדרך הטבע בימי יציאת מצרים אזוי אז יעדער האט געזען אז יש אלוקים בעולם, אבער היות אז דער באשעפער גייט נישט יעצט ארומגיין יעדן טאג פון איין כופר צום אנדערן משנה זיין די טבע, האט ער אונז וועגן דעם אנגעזאגט אז מען זאל כסדר געדענקן יציאת מצרים,
דאס איז די סיבה פארוואס אזוי פיל מצוות זענען זכר ליציאת מצרים, ווייל דאס איז די יסוד פון אמונה בה'.

למעשה איז טאקע נישט געווען צופיל נסים גלוים זייט יציאת מצרים, אבער דאך טרעפן מיר אפילו שפעטער, סיי אין תנ"ך און סיי אין די גמרא, זאכן וואס זענען געווען גרויסע אותות ומופתים, דער באשעפער האט זיך געלאזט הערן פון צייט צו צייט און דערמאנט אז "אני ה' לא שניתי", איך בין נאכאלץ דא...

אנגעהויבן מיט די שפאלטן די ירדן און אפשטעלן די זון בימי יהושע, דערנאך די פייער וואס איז אראפ פון הימל ביים הר הכרמל, וכהנה רבות, די מנורה האט געברענט גאנצע אכט טעג, אזוי אויך איז געווען גרויסע ווינדער מיט די מלחמות דורך די מכבים, הגם מען קען אריינדרייען פשטים אז דאס איז נישט געווען אזא גרויסע נס ווייל זיי האבן געהאט א גוטע סטראטעגיע, און געווארפן א פחד אויף די יוונים וכדומה, אבער דאך איז עס א גרויסע ווינדער געווען, און מען האט געזען א שטארקע יד ה' דערביי,

אפילו שפעטער בימי התנאים ואמוראים, איז דא די באקאנטע מעשה פון מי שאמר שמן וידליק וכ' אז עסיג האט געברענט, און די גמרא פארציילט פארשידענע זאכן סיי גרעסערע זאכן אין סיי קלענערע, למשל אז די אייזל פון ר' פנחס בן יאיר האט נישט געוואלט עסן קיין טבל, דאס איז אויך א שיינע מופת טאקע נישט קיין ריזיגע, מען קען זאגן ער איז "פונקט" נישט געווען הונגעריג, אבער עפעס איז עס.

יעצט ביז דארטן גלייבן נאך רוב אידן דא אז די מעשיות זענען אמת, פשוט ווייל עס שטייט אין די "תורה", אבער די מעשיות פון דעם בעש"ט און ווייטער, זענען שוין סאך מער סקעפטיש דערין, ווי מען זעט אינעם אשכול הנ"ל ,
הגם לויט ווי איך האב געשריבן דארטן, דארף צו קענען זיין אזעלכע זאכן,
דער באשעפער דארף טאקע נישט משנה זיין די טבע יעדן טאג פאר נאך א כופר, אבער מזמן לזמן מעג ער ווייזן אז ער איז דא, און פארוואס זאל מען זאגן אז ער האט געסטאפט בימי התנאים ואמוראים? עס איז פשוט נישט מסתבר.

און אידן וואס לעבן נאך מיט אונז פארציילן טאקע פונעם ריבניצער, און ר' פון ישעיה'לע געוואלדיגע זאכן וואס זיי האבן אליין בייגעוואוינט, אבער... די צדיקים לעבן שוין נישט, איך קען עס נישט וועריפייען, איך מוז ווייטער גלייבן א עדות, איך וויל אבער "אליין" עפעס זען!!!

יעצט איך זוך שוין עד היום איבער די גאנצע וועלט וואו מען קען זען אפענע מופתים, ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל האב איך איבערגעדרייט יעדע שטיינדל צו טרעפן סיי וועלכע באבא אדער צדיק וואס קען זיין בבחינת צדיק גוזר והקב"ה מקיים, און גאט זאל משנה זיין די טבע דורך אים אדער פאר אים,

אבער חפשתי ולא מצאתי, איך האב געטראפן געוויסע אינטערסאנטע פערזאנען, ווי די "חסידים" פארציילן אפיציעל אז "מען זעט" זאכן, אבער איך בין געקומען מיט א זעלבסשטענדיגע בליק, לאמיך זען צו "איך" זע עפעס.. און..
למעשה... שוואכע מעשיות, די בעסטע וואס איך האב געהאט איז געווען א "תפיסת מחשבה" פון איינעם, וואס האט געוויסט פשוטע זאכן וועגן מיר... זאכן וואס ער זאגט צו יעדעם און איז רוב מאל אמת ביי רוב מענטשן... בקיצור, נישט דאס האב איך געזוכט..

למעשה מורי ורבותי... איך זוך נאך...

ווער איז גרייט מיר צו העלפן מחזק זיין מיין אמונה?

ווער עס ווייסט פון א צדיק/גדול/באבא וואס פראוועט "אפענע" מופתים אדער "אפענע" רוח הקודש, איז מכובד צו פארציילן,

יעצט צו פארציילן בשם איינעם איז מיר נישט אינטערסאנט, איך וויל דוקא הערן א מעשה וואס איז געשען ביי "דיר" אליינס, און נישט אז איך גיי דיר גלייבן ביים ווארט, פאר דעי געלט קען איך דאך שוין גלייבן די ריבניצע מעשיות, נאר אזוי וועל איך כאטש קענען אליין אהין גיין און מברר זיין אויף די אייגענע הויט!!!

וויאזוי גייען נאר די אלע מעשיות?
בעצם איז ער געווען א מתנגד... אבער ער האט געזען אז אלע דאקטורים האבן שוין אויפגעגעבן... האט אים זיין אשת חיל צוגערעדט... קוק.. יעדער רעדט פונעם צדיק וואס וואוינט אינעם דערנעבענדיגע דערפל..וואס באווייזט מופתים... פאר צו אים... אפשר... בלא בלא בלא...

די עולם ווערט געבעטן אריינצוקומען קלאר מיט ערשטהאנטיגע מעשיות.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 66 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר