א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
בעל בעמיו
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך בעל בעמיו »

לכבוד האי ספרא רבה ר' מענדל הערש פאנעט הי"ו

מיט צער און ווייטאג קוק איך מיך צו צו דיין צער און ווייטאג. דו האסט אויפגעשטעלט א שיינעם ביזנעס, דו האסט געמאכט א רעוואלוציע אין אידישע ליין מאטריאל, בפרט ביי קינדער, און יעצט איז אלעס געגאנגען לטמיון, צוליב א סכסוך וואס דו האסט מיט דיין שותף. דו ביסט געבליבן בעירום ובחוסר כל, מיט גרויסע חובות. הקב"ה ימלא חסרונך.

עס טוט מיר אויך אביסל וויי אז מיינע קינדער וואס האבן אזוי ליעב געהאט דיינע מאגאזינען, גייען דאס מער נישט האבן. זיי האבן פארלוירן דאס בעסטע ליין מאטריאל וואס זיי האבן געהאט.

רבי מענדל הערש, דו גייסט יעצט פובליק מיט די השחתה וואס די האסט געזעהן ביי די דיינים און רבנים. דו שרייבסט און זאגסט דרשות ווי דו ביסט מגלה וואס עס האט זיך אפגעטאן אונטער די קוליסן. און איך וויל מיך אביסל באציען אויף דעם.

בתי דינים זענען קארופטירט. מיר אלע ווייסן דאס. עס איז נישטא קיין איבערזיכט אויף די בתי דינים, וואס דאס איז א סגולה פאר יחידי סגולה און קאנעקטעד מענטשן דאס אויסצונוצן פאר זייערע אינטערעסן.

נאטינג ניוז היר.

דאס גייט שוין אן יארן לאנג. יעדער מענטש מיט א ביבער הוט וואס האט א לעטערהעד פון א בית דין, קען טעראריזירן וועמען ער וויל. יעדער באיצטלא דרבנן קען נוצן אלע הויך-קלינגענדיגע לשונות ווי מסרב, עיקול, בית דין, מרים יד, מסור, וכל שום וחניכה דאית להם. אויב וואגסטו דיך נישט צו פאלגן דעם ביבער-הוט מענטש, מעג ער דיך מבזה זיין ברבים. פון איין מינוט צום צווייטן קענסטו דיך טרעפן אן קיין מוסד פאר דיינע קינדער און אן דעם וואס מענטשן זאלן וועלן האנדלען מיט דיר.

איך דארף דיר דאס נישט דערציילן. מבשרך תחזה. דו ווייסט וואס די ביסט אדורך אונטער די האנט פון די טעראר וואס האט דעם קלינגענדיגן נאמען "בית דין".

דאס איז נישט עפעס וואס איז געשען נעכטן נאכט און דאס האט זיך נישט אנגעהויבן מיט דיר. דאס גייט שוין אן יארן לאנג. בעלי זרוע מיט די הילף פון רבנים טוען מה שלבם חפץ, ואין פוצה פה ומצפצף! יעדער האט מורא צו רעדן. קיינער וויל נישט ווערן אן אפגעפרעגטער. קיין איין טאטע וויל נישט טרעפן זיינע קינדער אינדערהיים אן קיין חדר נאר ווייל ער האט חלילה געהאט מחשבות זרות אויף א איד וואס האט דעם טיטל הרב.

אבער ר' מענדל הערש, דו האסט געשטיפט דעם באן די אלע יארן!

צו קענען אנגיין מיט די קארופציע, דארפן די פירער האבן א בלינדן עולם. אן עולם וואס גלייבט אין זיי. אן עולם וואס זעהט אין זיי עפעס מער, עפעס גרעסערע כוחות. דער עולם דארף באקומען כסדר'דיגע איינשלעף מעדעצינען.

אז איר קוקט אין די וועלט פון דיקטאטורן וועט איר זעהן אז זיי באקומען די מאכט דורך האבן מענטשן וואס גלייבן אין זיי. זיי קאנטראלירן דעם מוח פון די מענטשן.

איינע פון די מיטלען צו פארמאכן די מוחות פון מענטשן איז דורך קאנטראלירן די אינפארמאציע וואס דער עולם באקומט. דער עולם קען נאר באקומען פאזיטיווע אינפארמאציע אויף דעם סיסטעם און די דיקטאטורן. האבן דעם בעלות אויף די צייטונגען און מאגאזינען איז דער ערשטער זאך וואס די דיקטאטורן פארלייגן זיך אויף.

דייינע אויסגאבעס, קינדליין און הונדערט, זענען געווען קאנטראלירט ביי שיינע אידן. זיי האבן געגעבן זייער הסכמה. זיי האבן דארט געשריבן. דארט האט מען געשטיפט דעם וואגן. אין דיינע אויסגאבעס זענען שיינע אידן געווארן באשריבן אויפן שענסטן אויפן. דארט האט מען דערציילט אותות ומופתים פון זיי. דארט האט מען געפרעדיקט אמונת צדיקים, אז מ'דארף גלייבן אין יעדן בעקיטשע איד. דארט האט מען שיין געמאכט דעם סיסטעם וואס דו באשמיצט יעצט.

אויב געדענק איך גוט, איז דארט אפילו געלאפן אן ארטיקל איבער די ארבעט פון א בית דין. ווי הייליג די רבנים פירן זיך אויף, ווי ערליך זיי האנדלען און ווי ערנסט זיי באהאנדלען שאלות און געפעכטן!

אין דיינע אויסגאבעס האט מען נישט געפינען קיין איין שלעכט ווארט אויפ'ן סיסטעם. קיין איין השחתה האט מען דארט נישט פארציילט. דארט האט מען נישט געלערנט די קינדער צו טראכטן. דארט האט מען נאר געפרעדיגט, אויסגאבע נאך אויסגאבע, בלינדע צוטרוי צו די בעלי זרוע.

אין דעם קינדליין האט מען נישט דערציילט פאר די קינדער אז בתי דינים פסק'נען נישט וואס די תורה הייסט. אז דער ולא תגורו מפני איש אדער דער איסור פון שוחד זענען שוין נישט קיין ארטיקל היינטיגע צייטן. אין דעם הונדערט האט מען קיינמאל נישט דערציילט פאר די קינדער אז עס זענען דא מענטשן וואס לאקערן אויף זיי. מ'האט דארט אכט געגעבן אויפן דעם סיסטעם אויפן חשבון פון די קינדער.

דאס איז פון ווי די רבנים און בתי דינים נעמען זייער כוח און מאכט. פון קינדווייז אן ווערן די קינדער געפיטערט אז מען טאר נישט האבן קיין קשיות. אז יעדער בנש"ק האט עפעס א כוח. אז יעדער שיינער איד פארשטייט בעסער פון דיר. אז יעדער רב קען טוהן וואס ער וויל און דו קענסט נישט האבן קיין טענות.

איר הערט ר' מענדל הערש, דו האסט זיי געגעבן דעם כוח צו טוהן מיט דיר די השחתה וואס זיי טוען יעצט מיט דיר!

ווען די השחתה וואלט נאר געווען ביי דיני תורות, החרשתי. אבער ליידער ליידער גייט דער השחתה אן כמעט אין יעדן אספעקט פון אונזער לעבן, פון כשרות ביז ישיבות. פון פעדעפיליע ביז מחלוקת. רבנים מעגן טוהן וואס זייער הארץ באגערט, און עולם גולם דארף דאס אננעמען ווי תורת משה מסיני!

קינדליין און הונדערט זענען געווען דער פאן טרעגער פון די רבנים!

יעצט ווען די זעלבע רבנים האבן אויסגעדרייט זייער געווער אויף דיר, ווען זיי האבן איינגעזען ברוחב בינתם אז פאר זייער אינטערעסן איז דיין געוועזענער שותף בעסער, קומסטו וויינען צו אונז?!

איך וויל נישט חלילה גיסן זאלץ אויף דיינע וואונדן, בפרט נישט בעת צר, ווען דיינע וואונדן זענען נאך אפן. די סיבה וואס איך שרייב צו דיר איז לתועלת העתיד.

יעצט ווען דו זיכסט עצות וואס צו טאן ווייטער, וויל איך אריינווארפן מיינע צוויי צענט:

דו האסט יעצט שני דרכים לפניך. איין דרך איז זוכן פרנסה אין דעם באקס וואס ווערט קאנטראלירט אדורך די זעלבע אידן וואס טיילן דיר אויס ציפקע צרות. דו קענסט זוכן מיטלען ווי אזוי ווייטער צו ברענגען פאר די קינדער וואס קינדליין האט געפרעדיגט. דו קענסט פראבירן א נייעם וועג ווי אזוי ווייטער צו פארהייליגן דיינע אונטערדריקער. אפשר נישט אין קיין מאגאזין, אבער אפשר גיין דיזשיטעל. דער תוכן וועט בלייבן דאס זעלבע, נאר דער מיטל גייט זיך טוישן.

דער אנדערער דרך איז טוישן דעם תוכן. פון היינט און ווייטער גייסטו מער נישט זיין אונטערגעווארפן אונטער דעם טעראר, באשלייערט מיטן נאמען רבנים. דו גייסט מער נישט זיין דער וואס גייט פארהייליגן השחתה.

עס דא איז דא אסאך וואס אזא טאלאנטפולער אינגערמאן ווי דיר קען טוהן. דו קענסט שרייבן ביכער אויף וויסנשאפט וואס וועט ברענגען א תועלת פאר די קינדער. דו קענסט האבן ביכער אויף חשבון, ענגליש, אידישע און וועלטליכע היסטאריע, פיינענץ, ביזנעס, מאפע און נאך. אפשר קענסטו גאר אויפמאכן אן עפטער סקול פראגרעם אנליין ווי דו וועסט לערנען מיט די קינדער די זאכן. דו קענסט אויך האבן קלאסן אויף טאלאנט ווי נגינה און מאלן. דו קענסט לערנען קינדער שרייבן. עס איז דא א געוואלד זאכן וואס דו קענסט לערנען מיט די קינדער וואס איז נישט קיין לימוד צו פארשטאפן די קאפ פון די קינדער מיט שטותים און בלינדע צוטרוי צו רבנים און צום סיסטעם.

אפשר קענסטו מאכן אינטערעסאנטע קארטלעך אויף חשבון, ווי די קינדער וועלן זיך קענען לערנען עפעס וואס גייט זיי צוניץ קומען אין לעבן ווי איידער זיי זאלן טרעדן שומרים קארטלעך. קענסט מאכן קארטלעך איבער היסטאריע, וואס וועט געבן פאר די קינדער אסאך מער ווי די קארטלעך פון וויפל מצילי אש מעמבערס ס'איז דא אין קרית יואל און וויפל הצלה מעמבערס ס'איז דא אין אנטווערפן. קארטלעך פון לענדער אויף די וועלט און זייער לאקאציע, וועט געבן פאר די קינדער א געוואלד מער פון קארטלעך פון אידן מיט קאלערדיגע בעקיטשעס.

נאך בעסער. עס איז מעגליך דא א פארלאנג פאר א ישיבה וואס איז געשטעלט צו מחנך זיין פיינע ערליכע קינדער, ווי איידער א ישיבה וואס איז געשטעלט אז די בחורים זאלן מאכן א שם טוב פאר די ישיבה. דו קענסט זיין דער פיאנער. דער רעוועלוציאנער. דו קענסט עפענען א ישיבה שלא למצויינים. א ישיבה מיט בא'טעמ'טע מגידי שיעור, ווי יעדער בחור קען לערנען אין א ווארעמע סביבה.

עס זענען דא נאך אסאך וועגן מיט וואס דו קענסט עפעס אויפטוהן מיט דיינע טאלאנטן ווי איידער נוצן דיינע טאלאנטן צו שטופן דעם וואגן פון השחתה.

וועט זיך עס אויסארבעטן? איך ווייס נישט. דער סיסטעם גייט דיך אוודאי פייטן. זיי קענען זיין סוקסעספול. אבער עס איז נישט זיכער. דער שטערן יוכיח. עס איז זייער מעגליך אז דו וועסט דיך טרעפן מיט הונדערטער קינדער וואס זייערע עלטערן זענען גרייט צו באצאלן אז דו זאלסט זיי אויסלערנען עפעס זאכליך, נישט קיין חילוק וויפל איסורים וקול קורא'ס עס גייט זיין.

דו קענסט אבער זיך אויסוועלן דעם אנדערן דרך. דער דרך פון ווייטער שטופן דעם וואגן וואס איז דיר אריבערגעפארן. דו וועסט שטופן אז דער זעלבער וואגן זאל קענען אריבערפארן אנדערע אידן. דו קענסט באשלוסן צו קושן די האנט וואס האט דיר געשלאגן און לעקן די פיס וואס האט דיך געשטויסן.

קום אבער נישט נאכדעם וויינען צו אונז!

אויב גייסטו מיט דעם דרך, דארפסטו שוין אויפהערן צו באשמיצען דעס סיסטעם. דער סיסטעם געבט פאר איינעם וואס האט געליטן זייער א קליינעם גרעיס פיריעד ווען ער קען וויינען און שרייען. איינמאל דער צייט גייט פארביי, איז סיומא דלעלם. דו קענסט נישט מער קיינמאל נישט וויינען איבער די אכזריות וואס דו ביסט פאריבער. אויב גייסטו אנגיין מיט דיינע דרשות, גייען אפילו די פאר רבנים וואס האבן זיך אנגענומען פאר דיר דיך ווארפן איבערן דראנג. ווייל דער סיסטעם איז איבער אלעם, אפילו ביי די פאר דיינים וואס האבן פון צייט צו צייט א שטיקל דרייסטקייט צו גיין קעגן דעם שטראם.

אויב גייסטו אנגיין מיט אויפדעקן השחתה, גייסטו ווערן אן אפגעפרעגטער, א שגץ, איינער וואס טאר נישט האבן קיין השפעה אויף קינדער. רבנים וועלן דיר מער נישט שטיצן, זיי וועלן מער נישט געבן קיין הסכמות אויף דיינע ווערק.

עס איז מיין האפענונג אז דו וועסט אויסוועלן די קינדער איבער די רבנים. נארמאלקייט איבער השחתה. אמת'ע אידישקייט איבער א קארופטירטע סיסטעם.

אויב דו טוסט דאס, האף איך אז דו זאלסט מצליח זיין און דער אייבערשטער זאל דיר שיקן ברכה והצלחה, עושר ואושר.

דער אשכול פארמאגט 415 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר