אלטע שיינע געשמאקע אשכולות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8402 מאל

אלטע שיינע געשמאקע אשכולות

שליחה דורך שמן למאור »

אין די צען יאר וואס קאווע שטיבל שטייט שוין לאוי"ט, איז שוין ארויפגעקומען צענדליגע טויזענטער רייכע, אינהאלטסרייכע, און באלערנדע אשכולות. ב"ה אז עס קומען נאכאלטס צו חדשים לבקרים שיינע נייע אשכולות, אבער די אוצר מלא וואס ליגט פארשטויבט אינעם קוימען איז פי כמה פון די פאר אקטיווע אשכולות וואס די נאקעטע אויג שטויסט זיך סתם אזוי אריין דערין.

אונזער @מי אני דרייט זיך טאקע אין די אלטע שאפעס, און שלעפט כסדר ארויס אלטע גוטע סחורה און לייגט צו דערויף זיינע הגאות, אזוי אז אסאך פיינע אשכולות ווערן אויפגעלעבט אדאנק אים.

אבער עס מאכט זיך אסאך מאל ביי מיר, אז אזוי נישטערנדיג אינעם קעלער טרעף איך א שיינע באשרייבונג אדער נושא, אבער איך האב נישט וואס מוסיף צו זיין דערויף. נו, וויאזוי זאל איך עס אויפלעבן? כ'זאל סתם שרייבן א תגובה... "כוויל אויפלעבן די אשכול"? ס'האט דאך נישט קיין פשט.
(אגב עס פלעגט זיין א ניק דא @אשכולות אויפוועקער וואס פלעגט עס טון).
אבער די חסרון דערפון איז, אז מען באמוטשעט סתם די עולם צו גיין זען וואס דו האסט דא צוגעלייגט צום סוף פונעם שמועס, און צומאל דארף מען בלעטערן ביז די סוף פון אפאר בלעטער, און מען זעט בלויז ווי דו שרייבסט "אויפגעלעבט" וכדומה. עס דארף זיין א מהלך אויפצולעבן די יין ישן פון שטיבל אהן עס דארפן ארויפברענגען אויף די אקטיווע אשכולות אויבערפלאך, אז מען זאל גלייך גיין קוקן וואס דו האסט צוגעלייגט צום נושא. עס דארף זיין אן אשכול וואס איז מיוחד בלויז צו לינקען שיינע אלטע סחורה להנאת הציבור. אזוי אז ווען מען זעט ווי די דאזיגע אשכול קומט ארויף, קען מען גלייך גיין זען וועלכע ארטיקל איז געווארן געלינקט.

האב איך מחליט געווען צו עפענען אט דעם אשכול, אז ווען אימער איינער טרעפט אן אלטע שיינע נאכגעלאזטע אשכול, וואס ער האלט אז דער עולם וועט הנאה האבן דערפון, זאל ער עס קענען אהערברענגען דא. און די אשכול זאל דינען ווי א שטיקל מפתח צו קענען טרעפן אלטע שיינע גוטע סחורה.

איך בעט די עולם וואס וויל מגיב זיין דא, אז מען זאל נישט סתם אנפירקלען די אשכול מיט תגובות אדער מיט אבי אשכולות. נאר זיך האלטן שטרענג צום נושא, און נאר צוברענגען אינטערסאנטע זאכן וואס האבן דיר געכאפט, און די וואלסט געוואלט אז אנדערע זאלן אויך הנאה האבן דערפון.

עס איז ראטזאם צו שרייבן א קורצע דיקריפציע פון וואס די אשכול רעדט זיך, באפארן לייגן די לינק. אזוי אז איינער וואס בלעטערט דורך די אשכול, זאל קענען אויסוועלן וועליכע נושא ער וויל זען, און וואו ער וויל אריינגיין.

איך וועל אנהויבן מיט איין באשרייבונג וואס האט מיר געכאפט, און עס איז אויך ענינא דיומא בענין פארן צום קאנטרי.
עס איז א שיינע ארטיקל ווי @שטילע אינגערמאן (ז"ל) באשרייבט וויאזוי א היימישע אביוזער ניצט אים אויס, צו שלעפן א "קלייניגקייט" פאר אים צו די קאנטרי.
viewtopic.php?f=24&t=6684&hilit=%D7%90% ... A8#p208261
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר