וואס ווואלטן די אמאליגע גדו"י געזאגט צו היינטיגע טעכנאלאגי?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19573
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

וואס ווואלטן די אמאליגע גדו"י געזאגט צו היינטיגע טעכנאלאגי?

שליחה דורך berlbalaguleh »

שטייענדיג איין טאג ביי דעם מייקראוועיוו אנצוווארימען מיין נאכטמאל (סאפפער בלע"ז), איז מיר דורכגעלאפן א מחשבה... וואס וואלטן די אמאליגע צדיקים און גדולי ישראל געזאגט צו די היינטיגע (נוצליכע) טעכנאלאגישע ערפינדוגען און מאשינען?

די ערשטע האב איך געטראכט פון דעם בעל דברי חיים, צאנזער רב זצוק"ל. ס'איז דאך ידוע (שטייט אין א סאך פלעצער געשריבן) אז ער האט מקפיד געווען צו עסן אלע זיינע מאכלים זייער שטארק הייס, ממש קאכעדיג. אויסער זיינע באהאלטענע טעמים איז געווען א פשוט'ער טעם (וואס ער האט ביי מערערע געלעגנהייטן געזאגט) אז הייסע מאכלים זענען געזונט פאר'ן מאגן, און טוען די ריכטיגע פעולות צו האלטן דעם מענטש ביים געזונט. איך האלט אז ווען ס'וואלט געווען מייקראוועיוו אויוונס אין זיינע צייטן וואלט ער זיכער געהאט אזא מאשינקע.

לעומת זה, דער חפץ חיים זצוק"ל האט נישט געהאלטן פון די נייע (אין יענע צייט) טעכנאלאגישע ערפינדונגען.

ס'איז באקאנט די מעשה אז א גרויסער גביר פון אמעריקע האט בימים ההם מנדב געווען א "דיינאמאו"..., א די. סי. דזשענערעיטאר פאר דעם חפץ חיים'ס ישיבה און ביהמ"ד און אויך פאר די עטליכע (אידישע) איינוואוינער פון דעם שטעטל ראדין. איין טאג האט זיך געמאכט א שטרויכלונג אין די מאשין און דאס גאנצע שטעטל איז געבליבן אין דער פינצטער. האטציך דער ח"ח אנגערופן, רבותי, קוקטס וויפיהל ביטול תורה די נייע טעכנאלאגיע איז גורם! אמאליגע צייטן ווען די גלאז פון די נאפט לעמפל האט געפלאצט און מ'האט נישט געקענט אנצינדן די לאמפ, האט איין מענטש געליטן פון דעם, ער האט נישט געקענט לערנען, אבער היינט איז די ביטול תורה זייער גרויס, די גאנצע שטעטל מיט די ביהמ"ד און ישיבה זענען געבליבן אין די פינצטער...!

ס'איז אויך געווען ר' שמעון גרינפעלד דער רב אין די שטאט סעמיהאלי, אין אונגארן. ער איז נפטר געווארן פאר בערך 90 יאר צוריק. ער האט מחבר געווען דעם ספר שו"ת מהרש"ג. דארט באהאנדלט ער אלע טעכנאלאגישע מאשינען וועלכע זענען אויפגעקומען אין זיין צייט, און שמועסט אויס אויב מ'מעג זיך מיט דעם באניצן אום שבת און יו"ט. אויסער דעם וואס ער האט געהאלטן (להלכה, נישט למעשה) אז עלעקטריציטעט האט נישט דעם דין פון הבערה מ'דאורייתא, און אויב מ'קען יוצא זיין הדלקת נרות פאר שבת און חנוכה מיט עלעקטרישע לעמפלעך. ער רעדט אויך וועגן ניצן א שבת זייגער, וואס ער האלט אז ס'איז מותר (אזוי ווי רוב פוסקים האלטן, אויסער א פאר ליטווישע פוסקים וועלכע זענען מחמיר). שפעטער איז געווען דער מונקאטשער רב, בעל מנחת אלעזר, וועלכער רעדט אויך וועגן באניצן טעלעפאונס (נישט סמארטפאונס) אום שבת. ער זאגט אז ס'איז אסור. אויך האט דער בעל מנח"א געשריבן א ספר "דברי תורה" וואו ער ווייזט אויף באריכות אז א סאך פון די היינטיגע טעכנאלאגישע ערפינדונגען זענען שוין געווען באוואוסט בימי חז"ל.

ווער ס'ווייסט פון נאך מקורות ווי די צדיקים פון די פריערדיגע דורות האבן געזאגט עפעס וועגן טעכנאלאגיע, זאל זיך אנרופן.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר