וואס גייט פאר מיט שאולזאן?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

וואס גייט פאר מיט שאולזאן?

הודעהדורך נחום הסופר » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 3:06 pm

שאולזאן הידוע האט שוין נישט געפאוסט קיין נייע זאכן אויף זיין וועבסייט פון פאריגן פרייטאג (געווענליך לייגט ער יעדן טאג ארויף נייעס)

עפעס האט ער געשריבן אז ער גייט אנהייבן מקצר זיין מיט זיינע ליל ששי באריכטן צוליב עניני רפואה, האט עס א שייכות?
נחום הסופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 12:04 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 8:41 pm

נו, נו. לאמיר זעהן ווען די וועלט וועט שרייבן איבער איהם סענזאציאנאלע און סקאנדאליעזע באריכטן. און אריינקריכן אין זיין פריוואטן לעבן. ללא רחם. אזוי ווי ער האט געטון מיום עמדו על דעתו. וויפיהל צער און עגמת נפש און אומזיסטע בזיונות און זאגאר פאלשע באשולדיגונגען וואס ער האט געמאכט.

מיין עיקר אפשיי צו איהם און זיינע טונקעלע מעשים איז נישט נאר געווען זיינע באריכטן איבער פאליטישע געשעענישן און אינערליכע לשה"ר און רכילות פון קהילות און יחידים. נאר אויך. ספעציעל זיינע אנדערע טונקעלע מעשים מגונים און שאנטאזש (עקסטארשן) וואס ער האט געטון צו יחידים. איך וועל עס נישט ארויסשרייבן פשוט משום הרחק מן הכיעור והדומה לו. אבער איך האב געליינט אין אן איזראעלי צייטונג איבער יענע אקטיוויטעטן. ווי ער האט אריינגענאר'ט אומשולדיגע יונגעלייט. און נאכדעים אויסגעפרעסט גרויסע געלטער פון זיי. אז ער זאלל נישט מפרסם זיין די אינפארמאציע וואס ער האט איבער זיי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17515
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 21371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12447 מאל

הודעהדורך באהעלפער » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 9:48 pm

ווי איז נאך דא א גרעסערע שטיצער פאר עהם, דער אליין וואס קוקט נאך יעדן טאג וואס ער פאוסט?
דאס געבט דאך עהם די קוראזש.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

הודעהדורך פורים קטן » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 9:51 pm

די חידוש מיט אים איז געווען, אז ער האט געקענט שרייבן גאנצע ליגנטס אויסגעזויגן פון פינגער, און עס אראפגעלייגט מיט אזא גלאטקייט, אז ס'האט זיך געדאכט אז לכה"פ האלב מוז זיכער זיין אמת
פורים קטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 9:23 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 12:05 am

ס'איז אפשר נאך צו פריה צו שרייבן .."זיכרונות"...מעמוארן איבער איהם. אבער דאך. אפס קצהו. ווען ס'האט אויסגעבראכן א געוויסער סקאנדאל אין א גרויסע קהילה, האט ער עס באשריבן מיט אלע מטעמים און פיטשעוועקס. ער האט זיך נאך בארימט אז מ'האט איהם געבעטן אז ער זאלל שרייבן מיט א ביסל רחמנות און איינזעעניש, האט ער זיך בארימט אז ער האט נישט נאכגעגעבן די בקשה. ער האט געזאגט אז אויב ער באשרייבט עפעס אויף א שיינעם, מענטשליכן וועג וועט ער נישט פארקויפן קיין סאך צייטונגען. משא"כ אויב ער באזאלצט די מעשה. ער האט געברענגט א ראיה. אז ער האט דעם ערשטן טאג פארקויפט מער פון 5 טויזנט קאפיעס. ער האט געמוזט דרוקן נאך. און אלעס איז פארקויפט געווארן.

נאר נישט אלע זיינע שפיצלעך זענען איהם געלונגען. איין אזא פאל איז געווען מיט ק"ק סאטמאר. (נאך פאר די ארוני/זאלוני פאליטיק) ער איז געקומען צו די ראשי הקהילה און געזאגט אז ער האט א סאך אינפארמאציע איבער זאכן וואס שפיעלן זיך אפ אין די קהילה. און דאס איז ווערד געלט. כדי ער זאלל עס נישט באשרייבן וויל ער א סכום וואס די קהילה זאלל איהם באצאללן. די ראשי הקהילה האבן זיך געמאכט ווי זיי נעמען אן ערנסט זיין פארשלאג. און זיי האבן איהם געזאגט אז זיי זענען גרייט איהם צו געבן א סכום פון 20,000 דאללער. זיי האבן אנגעגרייט אנגעצייכנטע ביללס וואס די די.עי.'ס אפיס האט זיי געגעבן. וואס מ'קען ניצן אלס עווידענס אז ער האט באקומען דאס געלט. אויך האט מען אנגעגרייט א ווידיאו רעקארדינג מאשין (דאס איז געווען אין די בראשית יארן פון די טעכנאלאגיע). מ'האט אפגעשמועסט א צייט ווען ער וועט קומען אפנעמען דאס געלט. נאכדעם האבן איהם אפגעווארט די דעטעקטיווס און איהם ארעסטירט. פאר עקסטארשן.

זיין סוף איז געקומען ווען ער האט זיך אנגעהויבן מיט די בארא פארק שומרים. די אזוי גערופענע בעיקערי באיס. זיי זענען געווען אריינגעמישט (שלא ברצונם) אין א פערזענליכן משפחה סיכסוך. ער איז געקומען צו זיי און געזאגט אז ער פארלאנגט א געוויסן סכום פון זיי אז ער זאלל זיי נישט באשרייבן. האבן זיי איהם געענטפערט (כדרכם) ..."ווען אונז וועללן ענדיגן מיט דיר, וועסטו אונז געבן א סכום פון געלט אז מיר זאללן דיך אפלאזן"... והך קאווע. און ס'איז טאקע אזוי געווען. זיי האבן איהם אנגעהויבן צו רודפ'ן עד חרמה. אזוי ווייט אז ער האט זיי טאקע געוואלט געבן געלט אז זיי זאלן זיך אפלאזן פון איהם. נאר ס'האט איהם גארנישט געהאלפן. ביז ער האט פארמאכט זיין שמוץ בלעטל. די אזוי גערופענע פנים חדשות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17515
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 21371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12447 מאל

הודעהדורך באהעלפער » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 7:03 am

איך געדענק גוט די אלע פרטים וואס דו שרייבסט. אבער כ'פארשטיי נישט ביז היינט וויאזוי האט שומרים עהם געקענט מסדר זיין.
דו ווייסט פרטים וויאזוי זיי האבן עהם געמאכט סטאפן דעם בלעטל?
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

הודעהדורך היסטאריע » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 9:58 am

נעבעך, דער איד איז א מוסר השכל פאר אונז אלע, ווי טיף מען קען פארזונקען דורך די אייגינע נארישע מחלוקת און פאליטיק, זאל דאס זיין פאר אים א זכות ער זאל האבען א רפואה און תשובה שלימה.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
היסטאריע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1308
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1170 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 6:20 pm

באהעלפער האט געשריבן:איך געדענק גוט די אלע פרטים וואס דו שרייבסט. אבער כ'פארשטיי נישט ביז היינט וויאזוי האט שומרים עהם געקענט מסדר זיין.
דו ווייסט פרטים וויאזוי זיי האבן עהם געמאכט סטאפן דעם בלעטל?

באהעלפער: יא. זיי האבן אויסגעארבעט א גרונטליכן פלאן. און זיי האבן עס נאכגעפאלגט מעטאדיש. איינס פון זייערע אקציעס אקעגן איהם איז געווען אז זיי האבן אויסגערופן אן אפיציעלן באיקאט אויף זיין שמוץ בלעט, פנים חדשות (חלשות). זיי האבן אוועקגעשטעלט פאטאגראפיסטן (וואס איינער פון די הויפט אנפיהרערס פון די שומרים איז געווען אין די ליין) ביי די הויפט ניוס סטענדס וואו זיין צייטונג האט זיך פארקויפט. א יעדער וואס האט געקויפט זיין צייטונג האט מען אפגעפיקטשערט און מפרסם געווען ברבים. אז דער מענטש שטיצט א געמיינעם בעל לשון הרע ורכילות. את חטאי אני מזכיר. איך האב "דאך" זייער שטארק געוואלט קויפן דעם בלעטל. אויך ביניך געווען א שליח פאר א צווייטן מענטש. ביניך געגאנגען צו א ניוס סטענד נישט אין די אידישע געגנט. איך האב טאקע גענוג געציטערט אז א פאטאגראפיסט וועט אויסוואקסן און מיר נעמען א פיקטשער און מפרסם זיין ברבים. אויך האבן זיי אפגעראכטן א ..."פעיק"... לויה פאר חיים שאולזאן. מיט אן עכטן ארון (מתים) און הויכהילכערס וועלכע האבן אויסגערופן זיין לויה. אויך האבן זיי אפגעראכטן טעגליכע דעמאנסטראציעס ביי זיין הויז באגלייט מיט דרשות און לאזונגען אקעגן איהם. ווען ער האט חתונה געמאכט א זון, אין א לאקאלן האלל אין בארא פארק, האבן זיי ארויסגענימען א פערמיט צו מעגן דעמאנסטרירן ביים דעם האלל. ער האט געמוזט אנקומען צו פאליציי פראטעקשן. אויך האבן זיי געשריגן און געמאכט א גרויסן רעש ביי די חופה. און חתונה. לסוף האט ער בכלל אוועקגעמופט פון בארא פארק.

איך וויל נישט זאגן דעם פסוק אויף איהם. ווייל ער קען נאך תשובה טון...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17515
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 21371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12447 מאל

הודעהדורך באהעלפער » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 6:43 pm

איך געדענק ווי אויף די סיטי באסעס איז געווען אויפשריפטן, ואת החיה הזאת לא תאכלו פון עהם...
און כ'געדענק אפאר מענטשן וואס פלעגן פארשאפן דעם בלעטל, און זיי האבן אזוי געציטערט מ'זאל נישט געוואור ווערן.

אוי יענע צייטן איז אזוי ווייט פון היינט. אזוי אנדערש.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

הודעהדורך מי ימצא » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2022 7:13 pm

https://youtu.be/-WCzRlb1BK0

אויב איינער קען מיך מסביר זיין וואס איז שלעכט מיט אים, וועט עס זיין אפרישיעיד.
מי ימצא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 6:06 pm
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 260 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 1:32 am

זיכער: היינט איז ער א בעל צורה מיט א ברייט-צוואקסענע בארד. און ער זאגט דברים של טעם. נאר די נושא דא איז וואס זיין עבר איז געווען. מיט א דרייסיג יאר צוריק. ס'איז ערב ראש השנה. איך וויל נישט מקטרג זיין אויף א איד. נאר איך האב אויבן געשריבן א זייער קליינעם טייל פון זיין אויפפיהרונג. ער איז סך הכול געווען א בעל לשון הרע און רכילות. און נישט נאר פאר עטליכע מענטשן. נאר פאר טויזנטער. און ער האט דאס געטון פאר ..."פרנסה"...ער האט אויסגעפרעסט געלט פון מענטשן דורך שאנטאזש (עקסטארשן). און נאך ערגערס פון דעם.

לויט א רעפארט אין אן איזראעלי צייטשריפט, האט ער אויך ארגאניזירט אז עטליכע (נישט רעליגיעזע) יונגע פרויען זאללן פארנארן חסיד'ישע יונגעלייט. און ער האט זיי פאטאגראפיהרט אין קאמפראמיסיר'טע פאזיציעס. נאכדעם איז ער געגאנגען צו די באטרעפנדע מענטשן און זיי געזאגט אז ער האט אינפארמאציע (מיט פיקטשערס) וועגן זיי. וואס ער איז גרייט אריינצולייגן אין זיין צייטונג. אויב מ'וועט איהם נישט באצאלן א געוויסן (גרויסן) סכום פון געלט.

אט דאס איז געווען דער אריגינאלער הרב שאולזאן. ס'איז נישט באוואוסט אז ער זאלל האבן תשובה געטון אויף אט די מעשים לא טובים. אדער לכה"פ זיך מתנצל זיין. און בעטן מחילה (ברבים) פון די אלע מענטשן וועלכע ער האט פארשעמט און אויסגעפרעסט געלט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17515
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 21371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12447 מאל

הודעהדורך נעקסט לעוועל » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 10:36 am

berlbalaguleh האט געשריבן:
לויט א רעפארט אין אן איזראעלי צייטשריפט, האט ער אויך ארגאניזירט אז עטליכע (נישט רעליגיעזע) יונגע פרויען זאללן פארנארן חסיד'ישע יונגעלייט. און ער האט זיי פאטאגראפיהרט אין קאמפראמיסיר'טע פאזיציעס. נאכדעם איז ער געגאנגען צו די באטרעפנדע מענטשן און זיי געזאגט אז ער האט אינפארמאציע (מיט פיקטשערס) וועגן זיי. וואס ער איז גרייט אריינצולייגן אין זיין צייטונג. אויב מ'וועט איהם נישט באצאלן א געוויסן (גרויסן) סכום פון געלט.

עיין ערך דודי זילברשלג
אויך ענליכע מעשה, https://www.youtube.com/watch?v=iKqtiqWP28I
באניצער אוואטאר
נעקסט לעוועל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 11:58 am
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 153 מאל

הודעהדורך היסטאריע » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 1:32 pm

דער מעשה איז זיכער מער פין צען יאר אלט. דאס איז געוועהן א נסיון אין ארויסצושטויסן פין פאליטיק, דורך זיינע רייוועלס. דעמאלס איז געשטאנען נעמען פין די היימישע וואס האבן געדינגען דער מיידל.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
היסטאריע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1308
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1170 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 2:38 pm

נעקסט לעוועל האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
לויט א רעפארט אין אן איזראעלי צייטשריפט, האט ער אויך ארגאניזירט אז עטליכע (נישט רעליגיעזע) יונגע פרויען זאללן פארנארן חסיד'ישע יונגעלייט. און ער האט זיי פאטאגראפיהרט אין קאמפראמיסיר'טע פאזיציעס. נאכדעם איז ער געגאנגען צו די באטרעפנדע מענטשן און זיי געזאגט אז ער האט אינפארמאציע (מיט פיקטשערס) וועגן זיי. וואס ער איז גרייט אריינצולייגן אין זיין צייטונג. אויב מ'וועט איהם נישט באצאלן א געוויסן (גרויסן) סכום פון געלט.

עיין ערך דודי זילברשלג
אויך ענליכע מעשה, https://www.youtube.com/watch?v=iKqtiqWP28I

נעקסט לעוול: ייש"כ. יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס איך בין אזוי אויפגעברויזט אויף שאולזאן און זיינע מעשים מגונים. מילא, ווילאנג ער האט זיךמתעסק געווען אין היימישע פאליטיק און זיך געריסן מיט סאטמאר און אנדערע קהילות, האביך נישט געפיהלט קיין פערזענליכע קעגנערשאפט צו אט דעם פארשוין. ביננו. ווער האט דען נישט ליעב א זאפטיגע, רעבישע לשון הרע'לע אדער רכילות. נאר איך האב געליינט דעם רעפארט איבער זיינע מעשים מגונים פון עקסטארשן אויף יחידים, וועלכע זענען נישט קיין אישי ציבור (נישט אז אויף פאבליק מענטשן איז עס יא בארעכטיגט),האביך מין אינגאנצן פארעקלט פון דעם קרימינאלן בריאה.

ווען ס'זאל זיין א וועג איהם אנקלאגן אין קרימינאלן געריכט און איהם איינזעצן אין תפיסה , וואלט איך געווען צופרידן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17515
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 21371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12447 מאל

הודעהדורך באהעלפער » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 2:41 pm

קען זיין צופרידן אז ער לעבט נישט קיין צופרידענע לעבן.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 3:07 pm

היסטאריע האט געשריבן:דער מעשה איז זיכער מער פין צען יאר אלט. דאס איז געוועהן א נסיון אין ארויסצושטויסן פין פאליטיק, דורך זיינע רייוועלס. דעמאלס איז געשטאנען נעמען פין די היימישע וואס האבן געדינגען דער מיידל.

היסטאריע: דאס איז מעגליך א צווייטע מעשה. אבער וואס איך האב געליינט איז אז שאולזאן האט געדינגען די (נל"ו) פשוט פאר עקסטארשן. דאס איז נאך א סאך ערגער ווי אן אקציע וואס איז פאליטיש מאטיווירט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 17515
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 21371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12447 מאל

הודעהדורך באהעלפער » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 3:56 pm

בימים ההם, האט מען דעם חיים שאולזון געהאט אונטערגעשטעלט איינמאל דאנערשטיג נאכט, זייער שפעט, א אטענטאט, עהם צו'צעמאזיקען די ביינער עד חרמה.
צו זיין מזל וואס האט עהם גוט געשפילט, האט מען געמאכט א טעות און געכאפט א צווייטן, און יענעם צעבראכן די רמ''ח אברים, אז יענער איז נאך עד היום א קאליקער.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און 6 געסט