ריבקי שטאַצמאַן גייט כפרות שלאָגן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זיסע חלומות
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 11:27 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

ריבקי שטאַצמאַן גייט כפרות שלאָגן

שליחה דורך זיסע חלומות »

פון מיין זייט איז געווען אַ מאוס'ען טעות דאָס איינטריט צום הויפטקוואַרטיר פונעם הינדל האָלעקאָוסט, אַ שמעק פון זיס, עקל, חזיר'יי און איבל האָט אויסגעשאַלטערט יעדעס מינדעסטע פרוּאוו צו הייבן מיין אַקסיגען שטאַפל, אַז איך וועל דאָס באַצייכענען אַלס אַ גרויל און אַן עקל וועט דאָס אין-בעסטן פאַל אַנטקעגן קומען ווי אַ דיפלאָמאַטישע סטעיטמענט, ניטאַמאָל קיין פאַרדאַמונג און זיכער נישט קיין שאַרפע פאַרדאַמונג. מיט וואָס אַ טריט נענטער צום ווייסן סחורה'נעם לאַגער אַלץ מער און מער געדעכט ווערט דאָס אַטמאָספער. די ליפט איז ממש ווי פאַרנעפלט פון אַ סַם, און דאָס גערוך נאָדזשעט און נאָדזשעט לענג אויס און דורעכאויס מיינע קישקעס ביזן אָפגרונד פון דאָס געדערים, ס'איז נישט ווי אַ שלעכטע גראָך און געגאַנגען ווייטער, די טייכן טשיקן אָפפאַל זיצן אין אַ זומפ אויף אַן אויסגעשפרייטן פלאַסטיג לענגאויס האַלב פונעם פאַרקינג לאַט און שיקן אַרויס אַן אומזעבאַרע אָבער שעדליכע פאַרע וועלעכע גריבלט און איבלט טיף אַריין ביז נאָך דאָס נאַסקייט פונעם גאָרגל.

פון ווייטענס קען מען זעהן ווי טייל ביימער הייבן אָן זיך איין-צו-בייגן, די מאַכטלאָזע בלעטער פלאַטערן און פראַסקען פון די בלאָזיגע ווינטן און פרובירן זיך אָנצוהאַלטן וואָס לענגער צו זייערע צווייגן וועלנדיג דערלעבן נאָך אַ וויילע, דאָס גערויש פונעם ווינט איז געוואָרן שטאַרקער און שטאַרקער ביז ווען די פאַפיר, בעגס און שמוץ אינטערן ווייסע לאַגער האָבן זיך אַנידער-געהויבן, כ'האָב אָנגעהויבן זיך פרייען אַז דאָס ביסל לופט וועט דורעכדרינגען די טויזענטער קעסטלעך און אַזוי אַרום וועלן כאָטש די ערשטע צוויי דריי רייעס פון הינדלעך זיך כאַפן דאָס אָטעם, קען זיין אַז עטליכע האָבן זיך טאַקע געכאַפט דאָס אָטעם אָבער ווען דאָס ווינט איז אָנגעקומען צו מיר איז זי שוין געווען אויסגענוצט, וואַרעם און פאַרפעסטיגט.

פון איר ווייסע בי עם דאָבעליו עקס פייוו האָט ריבקי שטאַצמאַן ארויסשפאַצירט מיט אַ געוה און העלדישקייט אַזש אויב וואָלטעך דאָס מיטגעהאַלטן אין וואַשינגטאָן די סי וואָלט איך געקלערט דאָס איז אַ הויעך ראַנגיגע סטעיט דעפאַרטמענט אַנטיסעמיט, ריבקי האָט מילד צוגעקלאַפט דעם דרייווערס טיר און אויפגעעפנט דעם פאַסאַנדזשיר טיר ווי עס זיצט איר קרוין פרינץ דובי, דובי איז יעצט אַריינגעטונט אין אַ קאַרטון מאָווי פאַרגאַפט ווי אין אַ נאָכמיטאָג שלאָף, זיינע אויגן זענען פאַרגלייזט און שליים רינט פון זיין מויל. נאָכן אַרויסנעמען דובי'נען און אים אויסגראָדן זיינע קליידער האָט ריבקי אָנגעהויבן שפאַצירן אין ריכטונג פונעם הינדל לאַגער. דער קליינע שפאַציר פון פערציג סעקונדעס פאַרנעמט אַ וויכטיג טייל פון ריבקי'ס לעבן, זי שפירט אויף זיך זי איז פיל מער פונעם אַלגעמיינעם מענטשליכען באַשאַף, אירע וועסאַטשי זון ברילן האַלטן אַראָפ די צעהן טויזנט דאָלאַרדיגן שייטל און אַ דינטשיגער גוטשי פאַסיקע נעמט איר אַרים אַזוי אַז אויב עמיצער איז חושד ריבקי מיטן האָבן אַ פונט איבריג זאָל יענעם שנעל קלאָר ווערן וואָס די ריאַליטעט איז.

דער קליינער דובי'לע קומט בכלל נישט אַנקעגען ווי עפעס אַ דאָרפס יונגל נאָר פונקט פאַרקערט ער גייט מיט בערבערי זאָקעלעך, אַ קאַפל פון לעדער און ברוינע שיכעלעך וואָס מיט דעם מעג ער נישט לויפן, שפילן, קריכן, גליטשן, און ווער רעדט נאָך פון גיין אויפן מאָנקי באַר דאָס קען אים קאָסטן קולות וואָס זענען אַזוי הויעך אַז דאָס שטעכט די אויערן, און אויב ריבקי'ס חבר'טעס זענען נישט אויפן סצענע וועט זיך דאָס טיילמאָל ענדיגן מיט אַ ציפעדיג'ס פעטשל אויף זיינע לויזע הענט. ריבקי פארגעסט נישט צו וואַרפן די פאָדערשטע האָר פון איר שייטל אויף צוריק כאָטש צוויי מאָל לענגאויס דעם שפאַציר. זי האַלט אָן דובי מיט איר רעכטע האַנט און קוקט אַראפ צו אים מיט אַ האַלבע שמייכל, איר לינקע האַנט איז אין אַ פאַרגעלעגנהייט, זי איז נישט קלאָר וויאַזוי דאָס צו האַלטן, פאַרמאַכט, האַלב פאַרמאַכט, גראָדט אַראָפ, אפשר גאָר אַביסל אינטערגעהויבן? וואונדערליך האָט זי ערפינדן אַ גרינגע און געריבענעם וועג ארויס פונעם דילעמע, נעמליך, זי האָט ארויסגענומען דעם גאָלדענעם איי פאון פון איר קאויטש פאַקעטבוק און געלעזט דאָס האַנט פאָזיציע פראַגע, ס'לעצטע צעהן סעקונדעס האָט זיך שוין געשפאַנט ווי אַן האַליוואָד רעזידענט מיט עטוואָס מער זעלבסט זיכערקייט אין ריכטונג פון טרעבלינקע.

דער פערצן יעריגער דוד הערש שטייט אויף אַן אָנגעמאַכטן קעסטל מיט אַ פנים פון עסקנות, אין זיין רעכטע האַנט האַלט ער אַ טשיקן ביי אירע מאָגערע פליגלען, דאַכצעך אַז זי האָט געהייסן שאַלזי, שאַלזי גייט מיט אַ בלאַסע קרוין דינער ווי אַ גומי-באַנד ס'איז קליין גענוג אַז די סוחרים זאָלן קענען אַליינס באַשליסן אויב איר ג'ענדער איז זכר אָדער נקיבה, רוב פון שאַלזי'ס פעדערן וואַלגערן זיך שוין ערגעץ ווי אויף די זייטן פונעם טראָוועי, דאָס איבריגע איז געוואָרן אָפגעביסן דאָרעך שאַלזי'ס פאַרוואָגעלטע כפרה קאָלעגעס, נישט אַז זיי האָבן איר געוואָלט וויי טון חלילה נאָר פשוט פון די שטערבליכע הינגער און דורשט וואס האָט געטון און טוט נאָך אַלץ נאָגן ביים צינג האָבן זיי אַלע אינאיינעם געביסן סיי וועלכע אָביעקט עס איז נאָר געווען אין די פיר ווענט פונעם וואַגאָן, נאך עטליכע פעדערן ווערן אויסגעריסן כִּלְחֹךְ הַשּׁוֹר אינטער דוד הערש'ס גרויזאַמע פויסטן און יעצט זעהט זי שוין אויס צעבאַלט, קראַנק, און האַלב נאַקעט, די פאַרבליבענע פעדערן וואָס וואָלטן ווען טיילווייז געקענט באַדעקן שאַלזי'ס פלייש זענען צוזאַמגענומען מיט ברוינע פליסיגקייטן און זענען שוין יעצט מער צום טריקענעם זייט, אויך העכער שאַלזי'ס אויגן זיצט אַ קלעבעדיג שנירל וואָס שטערט איר דעם זעה קראַפט, וויירשיינדליך האָט זי דאָס באַקומען אַלץ מתנה פון איינס פון אירע אויבערשטע שכנים אויף די פאַלאַסטישע באַראַקן.

שאַלזי איז געבוירן געוואָרן קוים צען טאָג פריער, ווען זי האָט צום ערשט אויפגעבראָכן דאָס איי שולאַכטץ און ארויסגעשטעקט איר קאָפ צום פרייען וועלט איז שאַלזי געוועזן פרייליך ביז גאָר, שאַלזי האט געזעהן פאַר זיך אַ וועלט פון קאָליר, פרייהייט, דעמאָקראַטיע און פרידן, זי האָט מיט אַלע כוחות זיך אויסגעריסן פונעם איי און ברובירט זיך צו שלעפן אויף אירע אייגענע פיס, טראָץ וואָס זי איז נאָך געווען שוואַך און דערמאַטערט פונעם געבורט, האָט שאַלזי זיך איבערגעשטרענגט וויסענדיג אַז אַ גליקליך לעבן וואַרט אויף איר אַצינד.

מיטאַמאָל האָבן צוויי בלויע הענטשיך אַראָפגענידערט פונעם דאַך'ס עפענונג! צו שאַלזי'ס שרעק איז נישט געווען קיין עק, שאַלזי האָט נאַטירליך געשפירט אַז עס הערשט אַ געפאַר און שאַלזי איז גערעכט געווען, אַ לאַנגע נאָדל האָט איינגעשפריצט אַ מאַסיוון דאָזע האַרמאָנען אַריין אַין שאַלזי'ס ריקן, מיט אַזאַ מאָס פון האַרמאָנען אַריין אין אַ פערזאָן וואָלט יענער זיך לעגאַל אַנטוויקלט צו אַ טרענס היפּאָפּאַרימעס. זינט דאַן איז דער מצב ביי שאַלזי נאָר געוואָרן ערגער און ערגער מיט יעדעס פאַרבייגייענדע שעה.

שאַלזי האָט געיאָמערט מיט אַ געשריי ווי (כאילו) זי ווערט באַגוואַלדיגט, אַזוי הענגענדיג פון דוד הערש'ס בלאַסע הענט האָט זי באַמערקט ריבקי קומט אַנטקעגן איר.

אויף די שפיצן פון אירע פאָרגאַמאָו שיך איז ריבקי געגאַנען געשולטע טריט ווי אַ באַרג ציג אויסמיידן'דיג דעם שיכט פון נאַסע אָפפאַל וועלעכע ליגן אויסגעוועלגערט אויף די ערד, אירע טינקעלע אויגן דערציילן אַז דעם פאַרלאָפענעם יאָר האָט זי פיין אָפגעזוּנדיגט און געמאַכט זוּנדיגען אָדער על כל פנים געוואָלט זוּנדיגען ווארים געמאַכט זוּנדיגען האָט זי פאַרזיכער. כאָטש ריבקי איז מער צום קילע זייט, האַלט זי בשיטה אַז טראַדיציע איז אַ מורא'דיגע זאַך ספעציעל יעצט אַז איר דוב'לע איז שוין אַ גרויס יונגל.

דוד הערש האָט אויסגעשטרעקט שאַלזי אין ריכטונג פון ריבקי, ריבקי האָט צוריקגעטרעטן ווייזענדיג מיט די הענט ווי צו זאָגן בשום אופן, לייג עס אין אַ באַקס פליז! האָט ריבקי געזאָגט אַוועקפאַקענדיג איר איי פאון. דוד הערש האָט אַ כאַפגעטון אַ באַקס און אַריין געשמיסן שאַלזי אינעם קעילער אַריין, ריבקי'ס גלאַציגע נעגל האָבן איבערגענומען דאָס באַקסל מיט ציטער און פאָרכט, זי האָט אָנגעהויבן ווילד צו שעפשען דעם בְּנֵי אָדָם מיט אירע שנעלסטע מעגליכקייטן.

דער אומשולדיגער שאַלזי איז געווען דערשראָקן צום טויט, זיין נייעם טפיסה איז געווען שאָקעלדיג און טינקל, שאַלזי האָט פון גרויס שרעק געמאַכט אַן עקסידענט… ווייזט זיך אויס אַז פחד קען פאָרמירן אַ שילשול און ס'איז געווען אַ רינעדיגס. פון דרויסן האָט זיך גאָרנישט אָנגעזעהן, ריבקי האָט אויפגעהויבן דעם באַקס מיט גרימאַסן אויף איר געזיכט, זי איז געשטאַנען שיף און דאָס געהאַלטן אביסל שיף, ניטאַמאָל העכער איר קאָפ.
פונעם קליין לעכל ביים עק פונעם באַקס איז ארויס אַ חתיכה אין די גרויסקייט פון אַ קליין ווערימל. ריבקי האָט דאָס נישט גלייך באַמערקט, ווען ריבקי האָט געשפירט אַ פליק אויף איר לינקע שיך ערשט דאַן האָט ריבקי געגעבן אַ שפרינג אויף צוריק ווי כאילו אַ גראַנאַט איז געפאַלן נעבן איר, דאָס האָט נאָכגעפאָלגט מיט אַ קוויטש וואָס האָט אַפילו אָפגעשטעלט דעם פוילער מעכל פרוכטער פון זיין כפרות שלאָגן, זי האָט אַראָפּ געשמיסן דאָס באַקס צום ערד ווי ס'האָט געלאַנדעט מיט מער קראַפט ווי אַ שווערע שטיין!

פאַר אַ רגע האָט שאַלזי פאַרלוירן איר באַוואוסטזיין, שאַלזי האָט זיך אָבער גלייך אויפגעכאַפט און זיך שנעל אָריענטירט, שאַלזי האָט זיך גענומען קלאַפן מיט אירע פליגלען אויף די פּאַפּענדעקל און געקעמפט ווי אַ גיבור! ריבקי האָט אַראָפגעקוקט אויף אירע העל-ברוינע שיך און געשאָקלט אירע פינגער אויסגעשפרייט ווי אַן אָפגעבריהטער בייסענדיג אירע ליפן פאַר סטרעס, מעכל פרוכטער האָט דאָס צוגעזעהן און גלייך האָט ער זיך דערמאַנט פונעם ההי מטרוניתא, ער האָט געקלאָצט אויף ריבקי און געקלערט ביי זיך: דאָס מיינט ריכטיגע תורה לשמה.

עס האָט נישט לאַנג געדויערט ביז שאַלזי האָט זיך אויסגעריסן! שאַלזי האָט געגעבן אַ שפרינג אין די לופטן אין די ריכטונג פון ריבקי לאָזענדיג קליינע פעדערן שוועבן אינטער זיך ווי כאילו ס'איז אַ צירקוס שפיל.

ביידע פיס,, איינס, צוויי, עס האָט פאַסירט מילי-סעקונדעס איינס אָפגעריקט פונעם צווייטן, ס'איז געווען אַ גליטש-גליטש. ריבקי האָט פאַרלוירן באַלאַנס און געכאַפט אַ גליטש מיטן פנים אַראָפ צום זומפ פון צואה רותחת!!! בומפס! פלאַטשקע! פישוט ידים ורגלים במלוא מובן המילה, ריבקי'ס מח האָט ארויסגעשיקט אַ שאָק אַזוי מעכטיג ווי אַ בליץ וועלעכע האָט דורעכגעריסן איר גאַנצע קערפער דריי מאָל, אַלץ איז געווען פאַרשמירט און איינגעווייקט אין טשיקן זאַפט, אַ כפרה אויף אירע קליידער דאָס איז אין אַ געוויסן זון געווען די ישועה, נאָך אַלעם האָבן די קליידער אַלס איינגעזאַפט, אָבער ריבקי'ס שייטל און פנים! אַך ווי שיין, אַך ווי שיין.

קודם האָט ריבקי נישט געאָטעמט, זי איז געלעגן פאַרפרוירן און פאַרהאַרטיוועט ווי אַ שטיק האָלץ מיט צעקנייטשטע פאַקסן אויף איר געזיכט ווי אַ גרינעם עליען. ביים אַריינציען דאָס ערשטע אָטעם פון איר נאָז האָט זי געשפירט אַ גראָך וואָס קיין צעווילע מענטש האָט נאָכנישט בייגעוואוינט, די ליפט פון דעם אָטעם איז געווען אַזוי געדעכט אזש זי האָט געשפירט ווי אַ בלעזעלדיגן שוים לויפט אַדורעך אירע נאָז לעכער צום האַלדז און פון דאָרט צו אירע לינגען, זי האָט ניטאַמאָל געקענט שרייען, איר רעכטער באַק איז געווען איינגעטונקען ביז רוב פון איר ליפן, (זעלבסט-פארשטענדליך אַז ווען עמיצער איז אין שאוער, ביים ערשטן גיס וואַסער אויפן זייפיגן קאָפ עפענט מען נישט אויף די אויגן און מויל) אויף-עפנען דאָס מויל האָט געמיינט פאַר ריבקי פשוט און גראדט: עסן _ _ _.

דער גאַנצע כפרה צענטער אָן קיין שום אויסנאַם איז געוואָרן שטאָק שטיל, פון די הינדלעך האָט מען נישט געהערט קיין פיפס און פון די מענטשן האָט מען נישט געהערט קיין טריט, אַלס איז געשטאַנען פאַרגליווערט, אַלץ וואָס מען האָט געהערט איז ריבקי'ס צוויי הענט זיך פאָרענען אויף די פלאַסטיג. ריבקי האָט אויסגעדרייט איר קאָפ און אויפגעהויבן אירע אויגן, זי איז געווען זיכער אַז אַרים איר שטייען גוטע אידן מיט אויסגעשטרעקטע הענט גרייט צום העלפן, אָבער צו ריבקי'ס איבעראַשונג האָט זי בלויז געזעהן ווי מענטשן קענען איר נישט קוקן אין פנים און די וועלכע קענען יאָ, שטייען מיט טעלעפאונען און פאַראייביגן די מאָמענט.

אַ געפיל פון נקמה האָט אויפגעשיינט ביי שאַלזי אין האַרץ, שאַלזי האָט אויסגעשטרעקט צו ריבקי דעם מיטעלסטן פינגער, שרייענדיג מיט עקסטאַז דעם אַלעמען באַקאַנטן פיי פראָזע! ריבקי איז געלעגן כמעט פאַרלעזירט, אירע גייסטישע יסירים זענען געווען אויף אַ שטאַפּל אַז מען קען דאָס נישט איבערטראָגן פאַר מער ווי צוואָנציג סעקונדעס, זי האָט געוואָלט אַז אַ טראַקטאָר-טרעילער זאָל איר פאַטאַל איבערטרעטן און מאַכן אַ סוף צום סצענע. ריבקי האָט ברובירט צו שפייען און אזוי אַראָפּנעמען די שמוץ פון אירע ליפן, איבעריג צו דערציילן אַז ס'האָט געהאַט דעם פאַרקערטן אַפעקט, די אָפפאַל האָבן אַריינגעדרינגען ביז אירע ציינער און אָנגערירט דאָס שפיץ פון איר צינג, יעצט האָט ריבקי באַשטעטיגט אַז שמעק און טעם זענען צוויי באַזינדערע מדריגות אזוי אויך האָבן טרערן אָנגעהויבן דריפּן פון אירע אויגן ביז ריבקי האָט זיך גענומען שטיקן און ברעכן.

פונעם צוועלעפטן שטאָק האָט איין כפרה כעסיג אראָפגעשריגן: מרת שטאַצמאַן! שטיקט אייך אויף אונזער...! א צווייטער הינדל פונעם פופטן שטאָק האָט מיט ס'לעצט פאַרבליבענע כוחות זיך אויסגעקלאָרט דאָס האַלז און זיך אָנגערופן הייזעריג: געט אַ בליק, יעצט קוקט מרת שטאַצמאַן אַרום מיט די הינער-אויגן… [געלעכטער], איין טשיקן צוזאַמען מיט נאָך אַ קליין הייפעלע כפרות האָבן גענומען די קאָראַזש און אָנגעהויבן זיך אינטער ברימען דעם באַקאַנטן וְנַהֲפוֹךְ הוּא פון מיילעך קאהן, וְ-נַֹ וְ-נַהֲפוֹךְ הוּא, אֲשֶׁר אֲשֶׁר אֲשֶׁר יִשְׁלְטוּ, אֲשֶׁר יִשְׁלְטוּ הַיְּהוּדִים, הֵמָּה בְּשֹׂנְאֵיהֶם. ווען ס'איז געקומען צום הויכען פאַל האָבן שוין אַלע מיטגעזינגען אָן קיין מורא קלאַפענדיג מיט די פליגלען צום טאַק פון די ניגון, עס האָט זיך געהערט מיט אַ הויעכקייט און שטאַרקייט ווי פון אַ מיליטער וואָס מאַרשירט יעצט אהיים נאָכן איינעמען צוויי קאָנטינענטן. וְנַהֲפוֹךְ הוּא! אֲשֶׁר יִשְׁלְטוּ! הֵמָּה בְּשֹׂנְאֵיהֶהֶהֶם, אֲשֶׁר יִשְׁלְטוּ הַיְּהוּדִים-דִים-דִים, הֵהֵהֵמָּה בְּשֹׂנְאֵיהֶם…

שאַלזי האָט אינאַכט גענומען אַז קיינער זעהט נישט, ווארים דער עולם שטייט פאַרלוירן קוקנדיג ווי ריבקי האָט געכאַפט אַ סידזשער. פון דעם כפרה צענטער קומט קיינער נישט צוריק קיין לעבעדיגער האָט זיך שאַלזי דאָס איבער געחזר'ט אין מח איינמאָל און נאָכאַמאָל, שאַלזי האָט נישט געטראַכט קיין צוויי נאָר אויסגענוצט די קריטישע מאָמענטן און אַ פלינקער איז שאַלזי אַנטלאָפן אַזוי ווייט ווי די אויג קען זעהן צו אַ לעבן פון גלאַנץ און מנוחה.

עליכם השלום.
יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶֽיךָ, ה' אֱלֹקֵי וֵאלֹקֵי אֲבוֹתַי, שֶׁיִּהְיוּ כׇּל חֲלוֹמוֹתַי עָלַי וְעַל כׇּל יִשְׂרָאֵל לְטוֹבָה....... וְתִרְצֵנִי!

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר