אריגינאלע נעמען פון בארימטע מענטשן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19770
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24884 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15072 מאל
קאנטאקט:

אריגינאלע נעמען פון בארימטע מענטשן

שליחה דורך berlbalaguleh »

די גמ' (יומא דף פ"ג ע"ב) פארציילט א מעשה אז 3 תנאים/אמוראים, רבי מאיר, ר' יהודה און ר' יוסי זענען געגאנגען אין וועג. ס'איז געווען ערב שבת, נאנט צום זמן פון שבת, זיי האבן געזוכט א פלאץ וואו מ'קען באהאלטן דאס געלט וואס זיי האבן געהאט מיט זיך (אפשר אויך די דרייווינג לייסנס און קרעדיט קארדס). האבן זיי אריינגעקלאפט אין א טיר און געפרעגט דעם בעה"ב אויב מ'קען ביי איהם באהאלטן געלט ביז איבער שבת. ער האט געזאגט... יא, זייער גערן... ר' מאיר, וועלכער האט אייביג מדייק געווען אין דעם נאמען פון א מענטש מיט וועם ער האט געהאנדלט, ווייל ער האט געהאלטן אז מ'קען וויסן די פערסאנאליטעט און כאראקטער פון א מענטש לויט זיין נאמען, האט געפרעגט ביי דעם מענטש וואס זיין נאמען איז. האט ער געענטפערט..."כידור"... ר' מאיר האט געזאגט (צו זיינע חברים) דער נאמען געפעלט מיר נישט... ס'דא א פסוק "כי דור תהפוכות הם", איך טראסט איהם נישט. זיינע חברים האבן געזאגט ס'איז גארנישט... נאר א נאמען. זיי האבן איהם איבערגעגעבן די געלט צו האלטן. ר' מאיר האט געזוכט אן אנדערע פלאץ. ער האט געטראפן אין בית החיים צווישן די מצבות...!

נאך שבת ווען זיי זענען געקומען בעטן די געלט האט יענער (מר. כידור) געזאגט, "שלום עליכם. איך זעה אייך "היינט צום ערשטן מאל אין מיין לעבן". וואספארא געלט רעדט עטץ פון?...!" האבן זיי שוין געזעהן אז ר' מאיר איז געווען גערעכט. די סוף פון די מעשה איז זייער אינטרעסאנט מיט וואספארא טריק זיי האבן צוריקבאקומען זייער געלט, אבער ס'נישט קיין נפקא מינה דא.

וואס אונז לערן מיר ארויס פון דעם איז אז פון א נאמען קענמען א סאך מאל דערקענען וואספארא מענטש ער איז.

אבער אפילו אונז קענען נישט אפלערנען די פערסאנאליטעט פון א מענטש לויט זיין נאמען, איז דאך אינטרעסאנט צו וויסן אז זייער א סאך בארימטע מענטשן אין די וועלט האבן געטוישט זייער אריגינאלע נאמען.

ובזה החלי:

1) יודל איציק בן ארון לייב. לויט ווי ער האט אליין פארציילט האט מען איהם געגעבן א נאמען נאך א זיידע אין רוסלאנד. דער זיידע האט אנגעפיהרט מיט א (אידישע) גענג, וואס אפילו די פאגראמטשיקעס די רשעות'דיגע גויים און רוצחים האבן געציטערט פאר איהם.

2) ד. גרין:

3) מ. שערטאק:

4) ל. שקאלניק:

5) ש.ז. רובאשאוו:

6) ג. מאירסון:

7) י. ראבינאוויטש. (אפשטאמיגער פון ר' בונם מ'פרשיסחא):

8) מרדכי אליהו צ.: (וואס האט ליידער חתונה געהאט מיט א כינעזער גוי'טע.)

9) (הרב) אליהו קאזלאווסקי:

ס'זענען דא נאך א סאך אנדערע בארימטע מענטשן וועלכע האבן געטוישט זייערע אריגינאלע (אידישע) נעמען. ווער ס'ווייסט נאך נעמען ווערט געבעטן זיי ארויפצולייגן...!

אויך, ווער ס'קען אידענטיפיצירן די מענטשן וועלכע זענען היינט באוואוסט מיט זייערע נייע (אנדערע) נעמען ווערט געבעטן זיך אנצורופן...!

דער אשכול פארמאגט 41 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר