וואו א מיליאן טאלער - צו טראלען דעם כלל!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
דונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

וואו א מיליאן טאלער - צו טראלען דעם כלל!

שליחה דורך דונג »

לויט ווי ס'איז ארויסגערינען פון די אונטער די קוליסן פון עסקנים [און אומאפציעלע עסקנים נאר גוטע נעזער], האט מאיר הערש בערגער פון מאנסי אומגעגענד געקריגן א אפענער פאנד ביז בערך א מעלאנע! צו פארארבעטן מעשים - אויך קעגן מעלאוני...
דאס טייטש, אז ס'דא יחידים וואס האבן זיך צוגעקריגט צום שיסל, און ארבעטן קעגן אפציעלע מוסדות, רבנים, הויפען, און קהילות, צוצוברעכן דעם כוח, און טוישן דעם מצב און פנים פונעם ארטאדאקסישער געמיינדע - אויף א שווינדלערישער שטייגער.

ראשית; אויב וואלטן מיר נהנה געווען פון די פאנד, החרשתי... ווייל שמור לי ואשמור לך...
אבער דערווייל רייטן אויפ'ן ציבור, און נאך זיין א נבל ברשות התורה, אין נאמען פונעם כלל; דהיינו ווען דו האסט געפייערט זעלדין זעלדין, און עס באמת געוואלט פאר'ן טובת הכלל, האבן עטליכע 'אזויגערופענע יחידים' וואס זייערע נעמען וועלן נאכפאלגען - זיך געריבן די הענט און געפאקט טאשן, נישט פשוט.

ס'דא טאקע יעדע פאליטישע בחירות צוויי וועגן פון טראכטן - אויב נישט מער. אבער אז ס'זאל זיין דירעקט אויף צוצוברעכן דעם בלאק וואוט, איז שוין פרעכהייט און לולי מסתפינא וואלט איך געזאגט - פורש מן הציבור ביום עברה. ווען ס'האלט ביי א שפאלט.

דער אשכול פארמאגט 64 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט