רבני'שע קערפערשאפט לעניני בחירות בארה"ב

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קרן זוית
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 368 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 889 מאל

רבני'שע קערפערשאפט לעניני בחירות בארה"ב

שליחה דורך קרן זוית »

ויהי ממחרת איז צייט פאר חשבון הנפש, אונזער ציבור ווערט גרעסער און גרעסער, דאס מיינט אונזער וואל כוח האט מער ביישטייערונגען צו די שטאטישע פירערשאפט ווי קיינמאל בעפאר. אויך איז געווארן אז אונזער געזעלשאפט אנשים נשים וטף ווערען אריינגעשלעפט אין די נושא פון בחירות ראשי העיר והמסתעף.

איינס פון די זאכן וואס מען דארף נעמען אין באטראכט, אפשר איז שוין געקומען די צייט אז מען זאל איינפירן אין ניו יארק, אזוי ווי די רבנים טוען שוין יארן אין ארץ ישראל, די רבנים זאלן זיך צונויף קומען און דן זיין בכובד ראש אלע ענינים וואס איז שייך פאר א צוקונפטע בחירות און מ'איז דן זה בכה וזה בכה, "מ'וועט לאזן יעדן זאגן און ארויף ברענגען זייערע מיינונגען", ביי די ענדע פונעם אסיפה וועט מען ארויסקומען מיט איין החלטה, דאס מיינט אז אן אחדות'דיגע קול קורא וועט נאכפאלגן פון אלע רבנים, לפי די באקאנטע תורה'דיגע כלל פון אחרי רבים להטות !!

די מעלות פון דעם איז צוויי פאכיג, איינס לגבי די וואלן בפרטיות, יעדער וועט קלאר וויסן פאר וועם צו שטימען, אלע בני הקהילות וועלן וויסן אז זייער רבי/רב איז געווען פרעזענטירן ביי די אסיפה, צווייטענס די רבנים וועלן ווייזן פאר די המון עם ווי אזוי אידן קומען זיך אדורך בסבר פנים יפות, אפי' מען האט פארשידנארטיגע מיינונגען.

זעלבספארשטענדליך אז דאס איז נישט שייך ביי די דאזיגע קהילות ווי רבנים נעמען נישט א שטעלע פאר וועם די יחיד זאל שטימען, ווידער ביי אונזערע קהילות ווי יחידים שטימען ע"פ הוראות רבותיהם וואלטן מיר אוודאי בענעפעטירט אויב מ'קען אויפשטעלן א רבני'שע קערפערשאפט לעניני בחירות בארה"ב.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר