וכל המינים כרגע יאבדו - מינים ממינים שונים!!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קרן זוית
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 368 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 889 מאל

וכל המינים כרגע יאבדו - מינים ממינים שונים!!!

שליחה דורך קרן זוית »

נאך טויזענטער יאהר'ן צושפליטערט בין העמים האבן זיך די אידן "בסייעתא דשמיא" צוביסלעך אנגעהויבן זיך צו פאראייניגן און צוריקקערן קיין ארץ ישראל, זייענדיג משורשם פון אט דעם לאנד, פארשטייט זיך אז בטבע הדברים גייט זיין א גרויסע פראבלעם ווען מענטשן פון אנדערע קאלטורישע דיפערענצן קומען זיך צוזאם.

כלל ישראל איז דאך סוף סוף איין פאלק איין לאנד מיט די זעלבע תורה, איז עס דאך א דבר המובן מאליו אז מיט די צייט דארף מען טוהן אלעס אין די וועלט אז במשך השנים זאלען זיך די מענטשן צוריק פאראייניגען, און צוביסלעך זיך דורכקומען און פארשטיין איינער מיטען אנדערען, און אויפבויען א נייע פרישע קאלטור געבויט אויפען תורה און גיין אויף די אויסגעטרויטענע וועג, די דרך ה' וואס אברהם אבינו האט אונז אויסגעלערנט, לעשות צדקה ומשפט אא"וו...

אבל דא עקא, נאכען קריג האבן געוויסע משפחות און זייער מיטהעלפער, זייער שטארק געוואלט ממשיך זיין און איבערפלאנצען זייער אייראפעישער חצרות און מיט דעם מיטגעשלעפט זייער גאנצע קאלטור, אנגעהויבן מיט ספעציפישע מנהגים ביז קפידות, א קאלטור פון האלטן א דינאסטיע לו ולזרעו אחריו און אפי' געבליבן מיט די נאמען פון די פוילישע/גאליציאנער/אונגרישע/רוסישער שטעט ולא זזה מכאן.

חוץ מזה, וואס צוליב דעם איז געווארען כיתות כיתות בבני ישראל מינים ממינים שונים ומשונים, זענען זיי דא פעלזען שטארק מיט אן אייגענארטיגע אפגעטיילטע געפירעכצער ובראשם מיט די נאמען פון זייער אייראפעישער גלות שטעטעלע, וואס די נאמען פון די חסידות איז געווארען געקניפט און געבינדען מיט די מענטשען וואס געהערען צו זיי, אזש ס'איז נארמאליזירט געווארען ביי אונז אז א מענטש האט א נאמען און מיז זיך אידענטיפיצירן צו וועלעכע פון 10 משפחות ער "געהערט" לביזה ולחרפה, און דאס נעמט איהם ארום זיין גאנצע לעבן, מלידה עד סתימת הגולל פון מוסדות ביז שידוכים, השקפה און הלכה, אפילו פאר וועם צו וואוטען אין א דעמאקראטישע לאנד.

די ווייטאג איז אוודאי בפרטיות, דער עצם זאך אז מ'האט גענומען מענטשן און מען האט זיי משעבד געווען במחשבה דיבור ומעשה, און אונז זענען ללעג ולקלס פאר יעדע וואס האט נאר א מוח בקדקדו, אבער אז מען באטראכט עס פון א קוק ווינקעל בכלליות פונעם "פאלק ישראל" איז דאס אן עוולה שאין כדוגמתו פון אפטיילען און צושפליטערען א פאלק וואס קומט און דארף זיך צוריק אויפבויען מיט פאראייניגטע מטרות.

באמת, דאס זעלבע איז געשען אין אמעריקע, אבער אמעריקע, נישט אזוי ווי אנדערע מיינען, איז דאס למעשה א חלק פון די גלות, וויפיל הייליגע שטעטלעך מ'זאל נאר אויפבויען איז דאס בתוך עמים אחרים, ס'איז נישט אזוי געפערלעך, מ'האט געברענגט לדוגמה א שטאט פון אונגארן קיין ניו יארק פון איין גלות לאנד צו אן אנדערע גלות לאנד, א ערענסטע פראבלעם ווי דערמאנט פריער אבער נישט אזא אומגליק ווי דאס וואס עס איז געטוהן געווארען בתוך עם ישראל בארץ ישראל.

יה"ר מ'זאל זוכה אז די כתות שונות ומשונות זאלען בטל ווערען בארץ ובחו"ל, מתוך רחמים וחסדים בקרוב !!

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר