לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פויגל מילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 13, 2021 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ

שליחה דורך פויגל מילעך »

ס'דאך א פסוק אין די תורה, קלאר און דייטליך, לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ...
זאגט אבער די וועלט מיט א ווייטאגליכע שמייכל; לא טוב, מיינט נאכנישט אז ס'ממש שלעכט!
יש ויש, ס'דא אמאל וואס ס'איז בעסער אזוי, על כל פנים לפי שעה.

אויך לויטן הייליגער אור החיים הק', וואס די גאנצע אורזאך ווען דער אייבירשטער האט אראפגענומען דעם בעק זאק - די צלע - די פרוי - חוה אונזער מוטער - פון אדם'ס רוקען, איז עס געווען לויט א גאר העכערע חשבון.
נישט אז כביכול ס'געווען א טעות לכתחילה צו מאכן צוויי מענטשן אין איין באדי, נאר, לפי קבלה האט זיך עס אזוי אויסגעשטעלט בעסער.

לעניינינו, איז דא אזוי און אזוי. איינער - דאס הייסט רוב עולם גולם - האט חתונה פון נארמע אויס. און ס'דא אזעלכע וואס לעבן אליינס פאר זיך איז זיי בעסער. און נישט אז זיי האבן נישט חתונה געהאט קיינמאל; און נישט אז זיי האבן זיך אפילו געטיילט אפציעל, ניין.
ס'דא וואס לעבן אפגעטיילט ביז די הויעכע יארן, און זענען פאר'רעכענט לבדו אליינס.

יעדע זייט האט א מעלה און חסרון.
צוזיין חתונה געהאט איז דאך א גרויסע מעלה, סיי צוזיין ווי אלע, און צו קענען אויפשטעלן ווייטער דורות וואס איז נחת פאר זיך און נחת פאר'ן עתיד הכלל. און בעיקר אז די תורה הק' זאגט לא טוב, איז דאך משמע אז ווען ס'איז טוב איז טוב...
נאר ווען ס'נישט טוב, איז נעבעך ס'מיר גוט... ס'איז ווי יענער זאגט; מ'קען נישט אנדעם און מ'קען נישט מיט דעם... ס'איז א מצב אין לעבן.

אבער בדיעבד אז איינער איז יא אליינס ממש, און לעבט זיך אין זיין פריוואטער סטודיא פלעט, איז עס נישט אזוי שלעכט אינצווישנצייט.

אז מ'איז חתונה געהאט, קען מען נישט קומען און גיין ווען מ'וויל, און עסן און שלאפען ווי ס'גלוסט זיך, און לעבן ווי א פרייע ''מילעך פויגל'' על פני המים.
אבער, מ'איז מסודר, מ'האט א ווייב וואס זארגט און שפירט דיר, און גרייט צו וואס ס'פעלט, און געבט א האנט ווען ס'שווער, און איז גאנץ א געשמאקע צוקער'ל פראסט גערעדט.

אז מ'איז אליינס, איז מען צעפלויגן, נישט אין קיין ציל, נישט אין קיין צופרידנקייט, נישט אין קיין סאשעל ביהעיוויער סקיל.
אבער, ס'עסט זיך און טרונקט זיך און פאפט זיך - לייק דער איז נאו טאמאראו... מ'קען ארויסלאזן א נפיחה רבה מיט גרויס חשק און חירות, ואין פוצה פה ומצפצף. וואס דו ווילסט טוסטו - אבער וואס דו טוסט נישט, בלייבט נישט געטון.

יש ויש... קיינער האט נישט אלעס, אבער די עיקר איז, זיך מאכן צופרידן באשר הוא שם - אין וועלכע מצב ס'טרייבט אהין די השגחה עליונה.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר