"קאווע שטיבל"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 544
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

"קאווע שטיבל"

שליחה דורך תוהו ובוהו »

לכבוד מיין פינף הונדערט און דרייצנטע תגובה

בעק אין די דעיס; ווען ק"ש איז נאך באשטאנען פון צענדליגער אקטיווע מיטגלידער, עטליכע פול טיים ציניקער, אנדערע פארט טיים אפלאגעטיקער און איין [tag]מי אני[/tag] [אביסל אנאכראניזם שאדט קיינמאל], האט אונזער אנדיספיוטיד ראש הקהל, ידיד כל בית ישראל שייף עייל ושייף מגיה, הרב [tag]שמעקעדיג[/tag] אפגעשריבן א פענאמענאלן ארטיקל איבער זיין חלום - א צוקונפטיג קאווע שטיבל שטעטל. ער האט דארט פארטיילט פאזיציעס אין גרויסן, נעפאטיזם האט נישט געשפילט קיין ראלע, אפענע קארופציע איז פארגעקומען לאור יום, און יעדער האט באקומען א שטעלע באזירט אויף איין דיקטאטור'ס איניציאטיוו.

זינט דאן איז שוין אונזער שטיבל - אין אן אינטערעסאנטער אפשפיגלונג פון אונזער געזעלשאפט - דורך פילע דורכגענג און אויפשאקלונגען. ניקס זענען געקומען און געגאנגען; געשטארבן און אויפגעשטאנען לתחייה; מגולגל געווארן און דערנאך חוזק געמאכט פון מיסטיקע; אויסגעשפארט געווארן נאר צוריק אנצוהייבן שטערקער ווי קיינמאל בעפאר; זיך געזעגנט מיט טרערן אין די אויגן נאר צוריקצוקומען אויף אלע פיר מיט א שמייכל; געפירט פערזענליכע וויכוחים מיט אונטערשריפטן און ר"ת; געשריבן מיאוס'ע ווערטער מיט קאוד שפראך וואס וואלט נישט פארשעמט די אנוסים פון שפאניע און בארימטע טיקטאקערס; זיך געדראפעוועט אויף די מאחורי טויערען נאר געוואויר צו ווערן אז - ווי מאחורי אין ריל לייף - מען הערט טאקע פון צייט צו צייט עפעס גערודער וואס לאזן איבער אן אפדרוק, אבער בדרך כלל איז שא שטיל.

במשך די יארן האט מען דא געפירט העפטיגע מלחמות: ק"ש הראשונה ווס. ק"ש השנייה, אינטעלעקטואלן ווס. באס דרייווער, עליטע ווס. טשעט, שריפטשטעלער ווס. עמך, מאמינים ווס. בני מאמינים, אנגעווייטאגטע אויפ'ן סיסטעם ווס. אנגעווייטאגטע אויף אנגעווייטאגטע, געמאכטע פרויען ווס. איינגעמאכטע מענער. און אזוי, ביסלעכווייז, האבן זיך די נושאים אויך געטוישט. פון אמונה חקירות איז מען אריבער צו פראזן ציטאטן; פון ליטעראטור קריטיק צו פאשקעווילן; פון זוכן א געוויסן אמת צו זוכן דעם אמת...

הכלל, ס'איז שוין העכסט צייט צו אפדעיטן דעם חלום מיט די רעאליסטישע נומערן. פון א שטעטל מיט מוסדות, בתי מדרשים און טעאטערס - צו א באשיידן בעסמעדרישל בפינת העיר. די מוסדות וועט מען מוזן פארטוישן מיט אבות ובנים; דעם טעאטער מיט א בואי בשלום טאנץ; דאס קאווע הויז מיט א קליין צעשטיפט פאליש צימערל; די קולטוראלע פארברענגען מיט א טונא שמעקעדיגן שאלעשידעס.

אט האט איר א פרייטאג צונאכטס אין מיין ק"ש ווינקל ווי עס וועט אויסקוקן ווען משיח וועט קומען, הארט בעפאר ער ווייזט מיט'ן פינגער:

---------

קודם אינדרויסן פונעם שטיבל הענגט נישט קיין סיין, נאך וואס [tag]העניך[/tag], דער אומאפיציעלער ווארטזאגער פונעם שטיבל, איז אויפגעקומען מיט אזא חשבון: ממה נפשך, ווייסטו אז דא איז ק"ש, וואס דארף מען א סיין? דאס געלט קען דאך גיין צו ראטעווען דעם פלאנעט. ווידער ווייסטו נישט - קום נישט דא אריין פאר דו האסט נישט דורכגעליינט א טוץ ק"ש ארטיקלען. דער דיין [tag]מי אני[/tag] האט צוגעלייגט, אז דער פראבעביליטי אז איינער וואס זוכט דעם שטיבל ווייסט נישט וואו ס'איז לאקירט, צוזאמען מיט'ן נאך קלענערן שאנס אז ער וועט זיין נוצליך און וועלקאמד אינעם שטיבל, איז בערך ווי דער פראבעביליטי אז ס'איז נישטא קיין גאט - וואס דאן דארף מען בכלל נישט קיין בעסמעדרעש. גיי פארשטיי.

גראדע האב איך נאך געוואלט כאפן א מקוה פאר מנחה אבער צו מיין אנטוישונג איז די מקוה פארשפארט שבת נאך וואס [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] האט געסטראשעט אז אויב נישט קומט ער נישט דאווענען, און אונז קענען גיין זוכן א צווייטן וואס זאל אריינשרייען ביים ליינען. דאס האט שוין קיינער נישט געוואלט. מ'האט געמאכט א שנעלע אסיפה און מ'איז געקומען צו דער החלטה אז איין ליטוואק איז מער ווערד ווי אלע ש"י טבילות.

לאמיר אייך פארציילן אז ביינונז אין שטיבל גייט קיינער מיט קיין וויידלדיגן שטריימל, ס'איז זאגאר שטרענג גע'אסר'ט געווארן. אויפ'ן קול קורא האבן אונטערגעשריבן: דער ראש הקהל [tag]שמעקעדיג[/tag] צוליב פינאנציעלע סיבות, דער דיין [tag]מי אני[/tag] צוליב מאראלישע סיבות, [tag]פרנס החודש[/tag] צוליב קולטוראלע סיבות און [tag]רביה"ק זי"ע[/tag] צוליב א טעם הכמוס.

[tag]מורינו ורבנו[/tag] האט געדאוונט מנחה פאר'ן עמוד - לענגער ווי אלע זיינע ניקס צוזאמען. ענדליך האט זיך עס געענדיגט און דער בעל תפלה וואס דער געטרייער [tag]מנהל[/tag] האט צוגעשיקט - א נייער ניק וואס האט אריינשפאצירט ס'ערשטע מאל - הייבט אן, "לללכו, נראאאננה, לאאאשם, נאאריעה". יא, דא דאוונט מען יעדן שבת אויפ'ן קארליבאך נוסח. כאטש וואס, וואך-איין-וואך-אויס, ווי נאר די ערשטע קארליבאך תנועה הערט זיך אינעם היכל שפאצירן [tag]יואליש[/tag] און [tag]נוח[/tag] ארויס מיט פראטעסט. "כ'קען נישט זינגען ניגונים פון א באצווינגער", בורטשעט [tag]נוח[/tag] ארויס יעדע וואך מיט א פרישקייט, ווי כאילו דער סאלא-קאקאש פאסטוך איז געווען א נזיר. חוץ פון דעם, ווייס איך נישט פארוואס ווען יענער טאטשט דארף איך - וואס האלט זיך איין בדרך כלל - באשטראפט ווערן מיט'ן דערלייגן א שיין לידל. נו שוין, ער וויל אזוי זאל זיין אזוי.

כ'זינג מיך אונטער צום טאקט, כ'מאך לאו הארמאני - כלומר'שט פאר מיין אייגענער הנאה אבער כ'מאך זיכער אז מיין שכן, אויף דער קליינער שאנס אז ער פארשטייט צו מוזיק, האלט מיט מיינע שטיק - ווען איך שפיר א קלאפ אויף דער פלייצע. כ'דריי מיך ארום און כ'זע פאר מיר א טיפן מידל-עידזש באטשי, רונדיגע ראַמלאזע גלעזער, אן אפענער בעקיטשע וואס דעקט אויף א הושענה רבא בייכל, ווען פון די צוויי זייטן - ווי יכין ובועז - שלענגלען זיך אראפ קאלירטע הויזן טראגער. ער שמייכלט ברייט און שענקט מיר דעם באקאנטן קבלת שבת וואונק וואס מיינט סאמטינג אלאנג די ליינס אף: געב א שמעק טאבאק און לאז מיך גיין צום נעקסטן - און איך שטיי און וואונדער מיך: זאג נאר, בערל, האסט נישט געקענט אויסקוקן אביסל ווייניגער אבוויעס?!

כ'קוק מיך ארום אינעם שטיבל און כ'פרוביר אויפצוכאפן נאך עפעס קענטליכע פנימ'ער. אויפ'ן אויבן אן זע איך [tag]העניך[/tag] בלעטערן עפעס א ליקוט ספר, זיינע דריי יונגלעך האט ער געשיקט זיצן אונטן נעבן דעם אויוון - ס'זאל זיי ניטאמאל בייפאלן... ביים באלעמער שטייט בקביעות [tag]איך אויך[/tag] פון וואו ער האלט אן אויג אויפ'ן גאנצן שטיבל און מאכט זיכער אז יעדער האלט די הענט ביי זיך. [tag]Nanach[/tag] און [tag]מתבודד[/tag] שערן א טיש, א מין בארינג קלישעי. דער דיין [tag]מי אני[/tag] זיצט אויפ'ן דריטן זיץ פונעם ערקאנדישען, נאמן עלי אז ער האט עפעס א מאטעמאטישן, פילאזאפישן חשבון דערביי. אויך [tag]יואב[/tag] זע איך איז דא, ער האט גאר מיטגעברענגט דעם פארקוועטשן אהרן שלמה זיינער - ביטע קלער אים נישט אויף! מיר קענען אים נישט פארלירן!

רעכטס פון מיר שטייט [tag]קרן זוית[/tag] און קאכט אריין ביי "רב לך שבת בעמק הבכא", ווען צו מיין לינקער זייט איז דא א ליידיגער זיץ מיט א סטיקער: תרמב. [tag]אינגערמאנטשיקל[/tag] איז מיר מסביר אז [tag]תרמב[/tag] קומט דא איינמאל אין צוויי וואכן. ס'איבעריגע צייט פארברענגט ער אינעם סאטמארער ביהמ"ד, צוויי גאסן ארויף. שוין, א פארלוסט. אגב, דער [tag]אינגערמאנטשיקל[/tag] איז די אויגעלעך פונעם שטיבל. גארנישט מיידט נישט אויס זיין ראדאר. ער וועט געדענקען אלעס וואס דו האסט נאר געזאגט אמאל - לאנג נאך וואס דו וועסט פארגעסן.

און דאן איז עס געשען. דער אמת איז אז מיין נאז האט מיר פשוט גערינען, און כ'האב מיך ארויסגעלאזט אויף דער יארכע זוכן א טישו. כ'קום אריין אין פאליש און ס'האט זיך מיר אנטפלעקט א מחזה הוד... וואס דארט איז אלץ פארגעגאנגען... לאמיר גיין צו שטייטליך:

אין איין ווינקל זיצט [tag]רביה"ק זי"ע[/tag] אויסגעשטרעקט מיט די פיס אין דער הייך - ממש ווי אויף דער שיף - און איז מפיק מרגליות (רביה"ק הגיה בכתי"ק: צואת שוורים) פאר עס וויל יא אדער נישט הערן. (בתוך הדברים טענה'ט ער, אגב, אז עכט האט ער זיך יעצט געדארפט געפינען ביי א בודהיסטישן שאמאן, נאר נאך וואס יענער האט אין דער לעצטער מינוט געקענסלט האט ער מחליט געווען צו קומען אויף א היסטארישן באזוך אינעם געטא. [tag]וואלווי[/tag] ווינקט מיר אבער ציניש, ווי צו זאגן: דאנט ווארי. געטא ארויף געטא אראפ, ער איז טיף דערין, אינאיינעם מיט אונז אלע. כ'נעם נישט קיין שטעלונג.) [tag]צוזאמגעדרייט[/tag] און [tag]שמן למאור[/tag] הערן זיך צו מיט אינטערעסע כאטש דער לעצטער הערט נישט אויף צו טשעלענדזשן.

אין אן אנדערן ווינקל טוט זיך א העפטיגע דעבאטע, ווען אויף איין זייט איז [tag]קורקלענד[/tag] און [tag]גבור חיל[/tag] און אויף דער צווייטער זייט [tag]שבת אחים[/tag] און [tag]וואלווי[/tag]. וויי וויי וויי. איר קענט דאס ווערטל איבער א טרענסדזשענדער, א ראסיסט און טראמפ וואס האבן אריינגעוואקט אין א באר? איך אויך נישט, אבער כ'שרייב אייך אונטער אז ביי דעם שמועס איז עס נתברר געווארן.

ביים אנדערן עק באמערק איך א תלמידי חכמים קופקע - יא יא, מיר סערווירן יעדן, חוץ כפירה שטייצעך - [tag]כרם זית[/tag] און [tag]לייבל שטילער[/tag] האבן עפעס א זאפטיגן מדובר איבער א קו התאריך וואס איז ארויף אויפ'ן הר הבית, עפעס אזוי. [tag]עובדיה[/tag] און [tag]חדשים[/tag] ברענגען מראי מקומות און [tag]מצפצף[/tag] ווארפט אריין קורצע און שארפע הגהות, יעדע שטיק צייט.

ביים ספרים שאנק מערק איך א הומאנישער, חסיד'ישער שמועס בנועם, וואס האט זיך פארפירט צווישן [tag]הוגה[/tag] און [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag] - וואס זאל איך אייך זאגן? נאר אין אונזער שטיבל קענען דארווין, גאנדי און ר' צדוק ווערן דערמאנט אינעם זעלבן זאץ, מיט'ן זעלבן חרדת קודש.

ביים טיר ווידער, קומט פאר א העכסט אינטערעסאנטע אקטואליע-קופקע. מ'טוט דא דורך מענטשן, געזעלשאפטן און יעדן לעצטיגן סקאנדאל. ווילסט הערן ווער ס'האט וועמען גערעיפט די וואך? זיין היסטאריע און לייסענס פלעיטס? דא איז דער ענטפער. [tag]יהורם[/tag], [tag]חתם סופר[/tag] און [tag]כלבאשבוע[/tag] אפדעיטן דעם עולם פינקטליך. כ'באמערק גראדע ווי [tag]היסטאריע[/tag] און [tag]שאלתיאל[/tag] טאנצן ארום לסירוגין צווישן די לעצטע דריי קופקעס. עניוועיס, נישט מיינע ביזנעס.

פון ערגעץ אנדערש כאפ איך אויף קענטליכע פראזן פון אלס קינד; "סידור קידושין", "גלילות", "שחיטה", "מנהיג" וכו' וכו' וכו'; [tag]מיליאנער[/tag] און [tag]גאלד[/tag] זענען פארזינקען אין א וויכוח איבער דברים העומדים ברומו של עולם מיט [tag]טשאדעלע באדעלע[/tag] און [tag]signout[/tag]. איינער זאגט מיר שפעטער אז די חברה שטייען שוין אויפ'ן זעלבן פלאץ, מיט אקוראט דעם זעלבן נושא, שוין פאר איבער צוואנציג יאר! אז מ'קען - קען מען. אדער אין דער מאדערנער ווערסיע: ווער ס'פארשטייט - פארשטייט.

און אינמיטן, ממש אין צענטער פון דער גאנצער סצענע, זיצן צוויי אידן; איינער ליינט פאר ווערטלעך פון א צעטל און דער אנדערער קאטשעט זיך אזש ער קען נישט כאפן דעם אטעם - יא, איר האט צוגעטראפן, [tag]פאלאצ'ינטא[/tag] מיט [tag]berlbalaguleh[/tag], ווער וואלט זיך געגלייבט. ביי דער זייט שטייט [tag]חמלה גדולה[/tag], רעדט נישט ארויס קיין ווארט, אבער שמייכלט מיט גוטמוטיג בעין טובה.

אלעס פיין און וואויל, אבער קיין טישו האב איך נאכנישט געטראפן. כ'בין מחליט זיך צו ווענדן צו דער ווייבער שול.

פרעגט נישט וואס איז אלץ פארגעגאנגען מיט דער ווייבער שול. [tag]הקטן[/tag] און [tag]יעקב מענטש[/tag] האבן שטרענג געפאדערט א פולי לאודעד מחיצה - די וואס אפילו שמחת תורה קען מען נישט ארויסזען א האנט פאר א רפואה. [tag]קהל'ס נער[/tag] האט פארפירט אז אויב מחיצה דארף עס זיין צווישן די שטייענדע טוילעטס - נישט צווישן די דזשענדערס. [tag]טאמבל סאס[/tag] איז איינגעגאנגען אויף א מחיצה, אבער אזאנס וואס די מענער קענען אריינזען און די פרויען קענען נישט ארויסזען... [tag]זופ מיט מאנדלען[/tag] האט גע'טענה'ט אז ס'איז קעגן די מסורה און [tag]בת קול[/tag] האט געסטראשעט אז זי קומט דאווענען אויפ'ן ארון קודש אויב ס'איז דא אזא מחיצה.

למעשה, נאך לענגערע פארהאנדלונגען, זענען אלע זייטן איינגעגאנגען אויף א ר' משה'ס מחיצה. [tag]געפילטע פיש[/tag] און [tag]מיימון[/tag] האבן זיך אבער ביידע געקויפט זיצן אין ווייבער שול. איך בין נישט אין הימל, אבער זייט דעמאלט האט מען נישט געהערט פון זיי.

בכל אופן, כ'בליק אריין אין ווייבער שול און, נישט מער און נישט ווייניגער, [tag]ברוריה[/tag] געבט א טיפן שיעור אין דער סוגיא פון חיישינן למיעוטא. "אפילו מיר זענען אדערווייל דער מיעוט אין ק"ש", דונערט זי, "דארף מען - לויט מיין מאן - מיט אונז זיך רעכענען". [tag]מי ימצא[/tag] שאקלט צו מיט'ן קאפ מידערהייט - זי איז אקארשט צוריקגעקומען פון אומאן וואו זי האט פרובירט צו פארשטיין וויאזוי ר' נחמן שלעפט ארויס פרויען פון גהינום.

נאכ'ן דאווענען געבט יעדע וואך א צווייטער א שיעור. פארגאנגענע וואך האט [tag]יעקב מעקסוועל[/tag] געהאלטן א שיינע דרשה איבער'ן גדלות פונעם זיידן תרח און פוטיפר. די וואך איז דא א ספעציעלער רעדנער. ער רעדט וועגן פינאנץ, ווארפט אריין אנאליזן אויף חרדים, און אויף וויפיל כ'קוק מיך ארום פארשטייט נישט קיינער קיין ווארט - אוקיי, אפשר [tag]עמקות המחשבה[/tag] פארשטייט, אבער דעטס איט - כ'מיין ער הייסט [tag]סאנטיאגא[/tag]. אגב, קומענדיגע וואך דארף צו רעדן [tag]המלוכה והממשלה[/tag]. די שמועה דערציילט אז האלב פון זיין דרשה האט ער שוין אריינגעלייגט אין זיין חתימה, כ'ווייס נישט צי ס'איז קראנט.

ווערד צו אויסשמועסן, אז אינעם שטיבל - ווי אין יעדן ארטאדאקסישן ביהמ"ד אויפ'ן כדור הארץ - קומט ארויס א וועכנטליכער גליון דורך די בני הקהילה. [tag]העניך[/tag] שרייבט דעם עדיטאריעל - יעדע וואך איבער א פרישער רויטער ליניע וואס מיר האבן נארוואס אריבערגעטרויטן, צו אלעמענ'ס שאק; [tag]שמן למאור[/tag] שרייבט וועכנטליך שיינע מוסר השכל'ס פון דער פרשה (ספוילער: די מסקנא איז בערך די זעלבע יעדע וואך, בלויז די נעמען טוישן זיך פון לוט צו סדום צו עשו א.א.וו.); [tag]קריינא דאיגרתא[/tag] באשרייבט די לעצטע אויפדעקונגען איבער דער חרד'ישער צענזור - כ'ווייס נישט וועגן די אנדערע אבער ער איז פארזיכערט מיט סחורה פאר זיין קאלום פאר לאנגע יארן; [tag]פאליטיקאנט[/tag] שרייבט אפדעיטס פון דער סטאק מארקעט; [tag]קאך_לעפל[/tag] - היסטאריע ווי ער פארשטייט עס (א מין לינקקייט דאס...); [tag]מונטסורי[/tag] באשרייבט זיינע חזיונות און [tag]דער גאלדענער אדלער[/tag] שרייבט א הילעריעס פארזעצונג איבער א שפיצל לעידי מיט א וואקי-טאקי.

אויך הער איך אז יעדן שבת מברכים קומט פאר א פארברענג, וואו די 12 שלוחים פונעם ק"ש גאט - [tag]יאיר[/tag], קומען צוקריכן פון זייערע לעכער בארבע כנפות הארץ, און זענען מלבן דבריו הקדושים. ([tag]ונבנתה העיר[/tag], [tag]יידל[/tag], [tag]פארוואס?[/tag], [tag]moshav zekeinim[/tag], [tag]נהורא נפישא[/tag], [tag]דעת תורה[/tag], [tag]ברסלבער[/tag], [tag]מאטי[/tag], [tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag], [tag]קאווע טרינקער[/tag] און [tag]געוואלדיג[/tag]. אופס, ס'איז נאר דא עלף? אין דברי הימים איז זיכער די גירסא 11.) אין אזא וואך גייט פייער. די אמאונט פון בראנפן וואס גייט אזא וואך איז גענוג צו פאר'יורד'ן אפילו [tag]ראשעקאל[/tag]. דאס איז גראדע די איינציגסטע וואך וואס [tag]ארי נוהם[/tag] טרעט אריין אין שטיבל.

כ'שפאציר אהיים נאך אזא דאווענען. אה, א געשמאק. ממש מעין עולם הבא. בלייבט נאר איבער זיך אנצועסן מיט באנדלעך און שפירן עולם הבא זעלבסט.

און דאן האט משיח געוויזן מיט'ן פינגער... און געמאכט פון אלע מיינע חלומות - א גל של עצמות יבשות.

---------

ווי יעדער פארשטייט, איז דער ארטיקל געשריבן הומאריסטיש און ציניש. כ'וויל איבערבעטן פון פאראויס אויב איינער שפירט זיך געטראפן, נישט דאס איז מיין כוונה חלילה, און כ'בין גרייט צו רעדאגירן סיי וואס אויב איינער וויל נאר, ביטע קומען אין אישי.

אויך וויל איך איבערבעטן די חשוב'ע ניקס וואס כ'האב נישט דערמאנט, צי וועגן שכחה אדער וועגן כ'האב נישט געהאט וואס צו שרייבן...

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר