קארופציע? ווער בויעט עס?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
מי ימצא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
געפינט זיך: וואו טאקע?!
האט שוין געלייקט: 398 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

קארופציע? ווער בויעט עס?

שליחה דורך מי ימצא »

קארופציע איז אזאך, וואס האט שוין חרוב געמאכט, לעבנס, שטעט, און ביזנעסער. קארופציע מאכט טונקל די וועלט, סמאכט חרוב די שיינע וועלט אין וואס מיר לעבן.
קיינער האט נישט ליב צו ווערן קארופטירט. קיינער? יא, סאיז דא געוויסע וואס האבן א סאדיסטישקייט צו קארופטירן אנדערע.
צו ווייסן זיי וואס זיי טוען? נישט אלעמאל. אסאך מאל ווערט דורך געפירט קארופציע, ווייל מענטשן לאזן זיך ווערן קארופטירט.
וואס? ווער האט ליב צו ווערן קארופטירט? קיינער. אבער סאיז דא וואס טענה'ן, לאז די גרויסע טאטעס פירן די וועלט. ווייל אויב נישט. אויב נישט איז וואס? וואגן זיך די געוואגטע צו פרעגן, וואס וועט פאסירן? סקען געשעהן מלחמות. ביזנעסער קענען אונטערגיין. מענטשן קענען שטארבן. סוי קארופציע בויעט די וועלט? אויב וואלטן מענטשן זיך נישט געפירט קארופטירט, וואלט די וועלט אונטערגעגאנגען? קלאר אז נישט. סוי קומען מיר צוריק, צום אנפאנג סירקעל, פארוואס איז דא קארופציע???

קארופציע, איז א סירקעל. אויב געבן א געוויסע קראוד א כח, פאר א געוויסע פלאץ, צו געמיינדע, באקומען די פירערס א שטופ צו קארופציע. אויב וועט אבער נישט זיין קיין מענטשן וואס געבן חיזוק, פאר געוויסע זאכן. וועלן די זאכן נישט זיין. און אראפ מיט די קארופציע.

קוקט אייך ארום, נאר נעבן אייער סירקעל, וואו איר דאווענט, ארבעט, אדער אפילו פארברענגט. ווי מען דרייט זיך טרעט מען אויף קארופציע.
די שוהל ווערט געפירט, דורך די פרעזידענט הרב רבי. די גבאים מיט זייער גרויסן הונגער פאר א הייסע טעלער טשולענט, פירן דורך קארפטירערייען, אויף א מאסן ריזיגן אופן.
גיימיר צו די ארבעט, עס האט זיך געמאכט א געוויסע סיכסוך צווישן צוויי מענטשן צו שותפים. וואס טוען מיר? נאך פאר מיר טרייען בכלל צו זעהן ווי אזוי ארויסקרוכן פון די פראבלעם, ברעכט מען שוין הענט. אויש די בתי דינים, איין שטיק קארופציע. שוין געהויבן הענט, נאך פארן אנהייבן.
מיר ווילן גיין פארברענגען, איין מינוט, מיר די פירערס פון די וועלט, מיטן נאמען סיסטעם. מיר מאכן אפ וואס איר מעגט עסן, שפילן, אדער קוקן. אוודאי וועלן מיר אויך זאגן ווי איר מעגט נישט גיין.

פארוואס לאזן מיר דאס צו? פארוואס לאזן מיר זיך ווערן קארופטירט? איין ענטפער. אויב זענט איר אין א סירקעל וואס קארופטירט, גייט איר ווערן קארופטירט, און א סירקעל דרייט זיך, ווי מער איר וועט זיך דרייען דארט, אלס מער כח געבט איר פאר די קארופציע. פון א סירקעל איז נישט שייך ארויסוואקן. סהאט נישט קיין עק, וואס מען קען זאגן, ווען איך וועל אנקומען צו די קלימאקס וועל איך ארויסוואקן.

פון א סירקעל דארף מען טאנצן. און ווען מען טאנצט צוקלאפט מען זיך. און ווען מען זעהט די בובות, טרעפט מען פלוצלינג נאך נאך בובות.
און פון איין מינוט אויפן צווייטן, קען מען נישט פארשטיין ווי אזוי מען האט זיך בכלל געדרייט אין די קארופציע רעדל.


די אשכול האט נישט א ספעציפישי ציהל.
מען קען עס נעמען מיטן געדאנק, ווי אזוי א מענטש אינדרויסן פון די סיסטעם, קען נישט פארשטיין ווי זיין חבר דרייט זיך נאך דארטן.
און דער חבר, מיט זיין קאפ, זעהט זיך נאר אין די סירקעל. און פארשטייט נישט ווי מענטשן פארשטייען נישט, אז פון א סירקעל איז אומפאסעבעל צו ארויסוואקן.

אדער קען מען עס נעמען, צו איז טאקע אזוי אז קארופציע איז א סירקעל? ווען נישט מענטשן געבן כח, וואלט עס נישט געווען.
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
רעאגיר