איך בין אויך א מענטש - חלק ג'

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
מי ימצא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 31, 2022 7:06 pm
געפינט זיך: וואו טאקע?!
האט שוין געלייקט: 398 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

איך בין אויך א מענטש - חלק ג'

שליחה דורך מי ימצא »

די סעריע, 'איך בין אויך א מענטש', לויפט יעדע מאל אנדערש. אמאל איז עס די פוינט פון נישט דיסקרימענעיטן, די היימישע פרויען. אמאל טייטשט זיך עס אויס, די פארמאכטע וועלט קעגן די סעקולער וועלט. און אמאל דארף מען געדענקן זייער פשוט, איך בין אויך א מענטש, און אפילו מען איז אויפגעוואקסן אויף א געוויסע וועג, מעגן זיי בלייבן רעספעקטירט פאר זייער וועג אין לעבן, סנעמט אבער נישט אוועק פון מיין פרייהייט. און טוען וואס איז ריכטיג אדער גוט צו טוהן.


איך וואוין אין א פלאץ, ווי די פרויען נעמען זיך צאם יעדע מוצאי שבת, שפילן בעסקעט באלל. אין אנפאנג ווען אונז זענען געקומען דא וואוינען, האט מען מיך אפילו נישט דערציילט פון עס. נעה, פלעגן די פרויען שמועסן, ימצי קומט פון א חסידישע שטוב, זי ווייסט אפילו נישט ווי מען ענדשויעט א באלל געים.
מיט די צייט, אזוי ווי אין יעדע נייע פלאץ, הייבט מען זיך אן צו באקענען מיט די מענטשן. ביז דער עולם האט אנגעפאנגען רעדן, דעי נייע משפחה, זענען געהעריג נארמאלע מענטשן. זיי גייען טאקע מיטן שטריימל שבת, אבער מען קען שמועסן מיט זיי אלעס.
איין טאג איז צוגעקומען צו מיך א ווייבל, און זי דערציילט מיך, אז די פרויען האבן דא א געהעריגע באלל טיעם, צו איך וויל ווערן א חלק פון עס?
א שאלה? זיכער! אויף דעם כאפט זי מיך אויס, " אונז ווייסן אז דו קומסט פון א חסידישע שטוב, סוי נישט גע'דאגה'ט, אונז גייען דיך אלעס אויסלערנען. "
סוי מען האט אנגעפאנגען גיין. און עס געטראפן אפילו ענדשויען.

געווענדליך די יודישע מוסדות דא ארבעטן, אז די קינדערס טיעם'ס, שפילן עגענסט גוישע סקולס. זיי ווילן נישט אז יודן זאלן שפילן קעגן יודן.
אבער יעצט ביי די פרויען איז עס אנדערש, די פרויען ווילן נישט אז יעדער זאל זיי קומען וואטשן. למעשה וואוינען דא גאנץ אסאך היימישע, און סאיז זיי נישט געשמאק, ווען מענער קומען זיי זעהן שפילן.
סוי די וואך גייט זיין א באלל געים, די פרויען טיעם, קעגן די מיידל היי סקול.
פרטים וועלן נאך קומען.

אויב איינער האט אינטערעסאנטע קאמענטס צו לייגן אויף עס, אדרבה האלטס ענק נישט אפ פון שרייבן אדער מגיב זיין.
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר