שאוער מחשבות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 559
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1406 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1228 מאל

שאוער מחשבות

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

פאַרוואָס שעצט מען אזוי אייזיק נוטען פאַרן אויפקומען מיטן גראַוועטי טעאָריע נאָכדעם וואָס ער האָט באַטראַכטן ווי אַן עפל פאַלט צום ערד, ביז דאַן האָט מען געמיינט אַז עפלעך פליען אַרויף צום הימל?

פאַרוואָס הייסט עס אַ פלייש טעלער, מען נוצט עס למעשה פאַר אַ פאָרציע פיש און דיפס. ווידער אינעם "פיש טעלער" וואַרפט מען בלויז אַריין אַ מאָגערן שטיקל פלייש צו יוצה זיין דעם לכבוד שבת קודש.

פאַרוואָס בויט מען נישט ברייטערע שאָסייען, מען בויט פיצי שמאָלע גאַסן, און דערנאך ברויזט מען אויף די אָנגעלייגטע טרעפיק. דאָס איז אָריגינעלע קראַקאָדייל טרערן.

מלמד: "אַז מען לייגט זיך שלאָפן ווי אַ איד שטייט מען אויף ווי אַ איד און אַז מען לייגט זיך שלאָפן ווי אַ הונט שטייט מען אויף ווי אַ הונט".
וואָס איך פאַרשטיי נישט איז, אַלעס ווענד זיך בלויז און דאָס ערשטע דרימל נאָכן בר מצוה, און פון דאָרט און ווייטער איז עס איין לאַנגע קייט. געגאנגען שלאָפן ווי אַ הונט, אויפגעשטאנען ווי אַ הינט, איז ער דאך נאָכדעם איינגעשלאָפן ווי אַ הונט, וועקט ער זיך שוין ווייטער אויף ווי אַ הונט. דאָס מיינט "דאָמד פור לייף"

פאַרוואָס זאָגן מענטשן "ווען די וועסט עלטער ווערן וועסטו פאַרשטיין"? עס שטעלט זיך אַרויס פונקט פאַרקערט. איך בין עלטער געוואָרן, און נישט איך,און נישט זיי, פאַרשטייען.


פאַרוואָס ברויך מען סיי "טעלק ענד טעקסט" און סיי דאַטע? זאָל אַלעס לויפן אויף די אינטערנעט און פטור אַן עיסק.

פאַרוואָס הייסט צינג-פלייש פון די בעסטע עסן, אויב וואָלט אַ טשיקן געלייגט אַן איי בלויז איין מאָל אַ יאָר וואָלט עס געווען פאַררעכנט פון די בעסטע עסן?

פאַרוואָס זענען אַלע קאַר מעכאַניקער גנבים? אויב האָט מען דעם פאַך אין די האַנט וויאזוי צו פאַרעכטן אַ קאַר קומט פלוצלום צו לויפן אַ גרויסע יצר הרע פון גניבה? בכלל בין איך נייגעריג אויב זיי באַ'גנב'ענען בלויז פריוואַטע קליענטן, אָדער זיי קענען צומאָל אין די פאַרטאָגס שטונדן זיך אַריינכאַפן אין בעקעריי און נישט מיר נישט דיר אַזוי ליידיג מאַכן דאָס קאַסע.

פאַרוואָס זאָגן אונז חז"ל אַז דער גאַרטל מאַכט אַ הפסיק צווישן די ערווה און דאָס האַרץ. דער קשר צווישן דאָס ערווה און דאָס האַרץ לויפט אומזעהבאַר העכער די הויט?

וואָס געשעהט מיט אַ טויטע גוף אויב מען צעטיילט יעדעס איבר אויף האַלב. מען באַגראָבט איין זעקל מיט האַלבע איברים אין בראַזיל און דאָס צווייטע אין אַמעריקע. אַרום וועלכע קבר הויערט די נשמה?

סייענטיסטן פרובירן שוין יאָרן צו פאַרשטיין געבן מיט פאַרשידענע תירוצים פאַרוואָס אַ מענטש האָט פינגער אויף די פיס. פינגער קען איך נאָך פאַרשטיין, אָבער וואָס פעלט אויס נעגל אויף די פיס? טראַכט אַ רגע, עס האָט נישט קיין זון!

ווען דער לייגט א נאַקעטע -טענק יו ה'- אויף זיין סטאַטוס, אָדער אַ בלויזן פינטל. וואָס זענען די מאָטיווען, אויב בכלל?

אויבן אין גיהנום באַקומט מען לכאורה אַ נייעם גוף (צו אויסגעפראַקט ווערן), דער אַלטע גוף ליגט דאָך באַגראָבן דאָ אין אונזער וועלט. איז דער נייע גוף אַ רעפליקע פון דאָס אַלטע, אָדער למשל אַ דאַרטשיגער אידל קען זיך טרעפן אין אַ געבויטע שוואַרצע גוף?

זענען נאָך די פייניגונגס כלים אין גיהנום צוריקגעשטאַנענע שטעכערס, קוילן, געגליטע שווערדן וכו'. דאָס הייסט בערך די זעלבע סאָרט צוואַנגס מיטלען וואָס מען האָט זיך באַנוצט אין די צייטן פון חז"ל. אָדער מען האָט זיך מאָדערנעזירט מיט די יאָרן, אַ שטייגער ווי, "וואָטער באָרדינג", עלעקטריק שאַקס א.ד.ג.? בכלל, מען פלעגט דאַרפן האָבן א משונה'דיגע קוואַנטום פון ברענשטאָף, האָלץ און שוועבל צו אָנהייצן אַזאַ גיגאַנטישע מאַסן גיהנום טעגליך, אפשר איז דאָס היינטיגע צייטן נישט מער ווי איין גרויסע "מייקראָוועיוו".

דער שלאַנג שלענגלט זיך: דער שלאַנג הייסט שלאַנג וויבאַלד ער שלענגלט זיך, אָדער יעדעס זאַך וואָס שלענגעלט זיך רופט מען דאָס -עס שלענגעלט זיך- וויבאַלד עס איז ענליך צו אַ שלאַנג?

צום שלוס!: דער הינדל איז געווען בעפאָר דאָס איי! אויב דאָס איי וואָלט געווען בעפאָר דאָס הינדל, ווער וואָלט געזעסן אויף דאָס איי?

וויפיל פראָצענט פון בעלי חיים נויטיגן זיך אין ברילן?

אויב וואָלט יעדער געקענט זעהן וואָס דער צווייטער טראַכט, וואָלט מען געטראַכט אַנדערש? אָדער מען וואָלט זיך פשוט צוגעוואוינט דערצו און געמאַכט שלום מיט די מצב?

די ווערים האָבן זיך בלויז אין די לעצטערע יאָרן באַקוועם געמאַכט אויף פרוכט און גרינצייג?

לויט די מן דאמר אַז אין ארץ ישראל איז נישט געווען קיין מביל, וואָלטן ווען סייענטיסטן געברויכט באַמערקן אַז די שטיינער אין ארץ ישראל זענען קוים עטליכע טויזנט יאָר אַלט (אין איין וועגס וואָלט מען שוין אויך געוויסט די פונקטליכע גרעניצן). אלא מאי, איינס איז נישט געבונדן מיט די צווייטע, תיובתא דרב מזרחי תיובתא.

באשעפענישן וועלכע האָבן אויגן אויף ביידע זייטן פונעם קאָפ באַקומען אַ 360 אויסקוק אין מוח, דאָס הייסט אַז עס ווערט איין גרויס בילד, אָדער עס איז צוויי באַזונדערע בילדער נישט צוזאַמגעשטעלט?

פאָלגנד איז אַ סטעיט אָף עמערדזשענסי וואָס זאָל דערקלערט ווערן אַמשנעלסטנס: אַלע פובליק בית הכבוד'ס ברויכן פאַראָכטן ווערן זאָפאָרט - די טיילונג ווענט מוזן אַראָפקומען ביז די ערד. אויב ביז דרייסיג טעג איז דאָס נישט פאַראָכטן שפאַרט מען אָפ דאָס גאַנצע בנין.

האָט איר שוין אַמאָל געזעהן אַ צוואָנציג יעריגן מיידל זאָל שטיין ביי די שאָסיי קאָנסטראָקציע און קאָנטראָלירן די טרעפיק אינעם אָראָנדזש-געלען וועסטל? ווידער די עלטערע פרויען וואָס נעמען יאָ אָן דעם פאָסטן, וואָס איז פשט פון אַזאַ חרון אף?

וואָס איז פשט אַז מען האָט רחמנות אויף גרויסע בעלי חיים מער ווי אויף קליינע אינזעקטן. איר וואָלט איבערגעפאָרן אַ הערש אויב ער שטייט אייך אַביסל אין וועג (לאָמיר זאָגן דיין קאַר וועט בלייבן גאַנץ), איך גלייב אַז נישט, ווען אַ פליג מאַכט אַ קליינע גערידער נעבן דיין אויער וועסטו אים צוקוועטשן אָן קיין רחמנות, "וואָט דע העלל?".
אַרויסשלעפן פיס ביי פיס פון אַ שפין בלויז צוליב וואָס ס'איז אַ לאַנגווייליגע שבת נאָכמיטאָג אין קאָנטרי, דאָס איז אקעי, ערוואַקסענע מענטשן וועלן אפשר האָבן מילדע סימפאָטיע און קוקן אויף דאָס אינגל מיט אַ נעגאַטיווע מינע. שטעלט אייך פאָר איך נעם אַ לעבעדיגן אָקס און איך הייב אָן צו שניידן זיינע פיס מיט אַ קיך מעסער…

איך קען נישט געדענקען וואָס איז די סאַמע ערשטע זאַך וואָס איך געדענק פון מיין לעבן.

אויב איר קענט באַקומען אַ דריטע אויג אויף אייער גוף, וואו וואָלט איר דאָס געלייגט?
איך וואָלט דאָס נישט געלייגט אויף די אינטערשטע חלק פונעם קאָפ, ניין. איך וואָלט דאָס געלייגט אויף מיין שפיץ פינגער. (העי, וואָס וועט זיין מיט "החכם עיניו בראשו?" אוטש!)

שוואַרצערס זעהן אויס ווי מאָנקיס? אהַ, און אונז? אונז זעהמיר אפשר אויס מער ענליך צו קעמלען ווי צו מאָנקיס? "געט ריעל בעיבי"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום צוזאמגעדרייט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]

דער אשכול פארמאגט 50 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר