א מעשה לכבוד ראש חודש ניסן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1446 מאל

א מעשה לכבוד ראש חודש ניסן

שליחה דורך דיכטער »

לכבוד ראש חודש ניסן ווערט דא פארעפענטליכט אן אינטערעסאנטע געשיכטער וואס האט (נישט) פאסירט אינעם ווייטן אמאל.

א.

פראווינציע , דרום פראנקרייך, תק”ב

מען דארף דעם גוי לערנען טאנצען! מען מוז איהם לערנען א לקח וואס זאל זיך האלטן ביי איהם א קנין עולם! האט חזקאל געשוימט מיט זיין גאנצע קערפער אינעם צענטער פונעם קרעמל, אינדרויסן פונעם שטאטישן בית מדרש, אין א לייכט- פארוואלקענטע אדר טאג.

זלמן , דער וועלכע וועט אלעמאל מוזן זיין דער וואס האט דער פארקערטן מיינונג רופט זיך אן:

- הער מיך אויס, מיר זענען נישט אין דערהיים דא, מיר זענען אין גלות, מיר קענען נישט טון וואס מיר ווילן דא.

- גלות שמלות, רעגט זיך חזקאל, וואו איז דאס געהערט געווארן אז מען מוז זיך לאזן טרעטן? ס'שטייט נישט קיין ערגעץ אזא זאך, ווייזט חזקאל ארויס זיין בקיאות אינעם עין יעקב מיט א שטארקייט, “צוליב דעם וואס ער איז דער זוהן פונעם הערשער מיינט ער אז ער מעג טוהן וואס ער וויל, הא?”

- “נישט ער מיינט, ער ווייסט” הערט זיך פלוצלונג שעי'ס קול פונעם זייט פונעם קיפקע מיט א קרעכטס. וואס קען מען דען טוהן ? דער הערשער, זיין טאטע, איז נישט פון היינט אן באקאנט אלס א קארופטירטע מאן, פול מיט אידן-האס און זיין זוהן, יאנוש, גייט מיט אן ערליכקייט אין זיין טאטנ'ס וועגן און קיינער קען גארנישט טוהן .

- קיינער קען גארנישט טוהן? קיינער וויל גארנישט טוהן! פאררעכט חזקאל מיט א ברען שעי'ס לעצטע קאמענטארן. די קיפקע שמועסט מיט ביטערניש אבער אין פאקט קען גאר ווייניג געטוהן ווערן צו ברענגען דעם יונגאטש צו גערעכטיגקייט און דערווייל פלינדערט ער ארום צווישן די אידישע הייזער, באראבעוועט זייער פארמעגנס און זויפט אין זייער שענקען.
*
ב.

געווען איז עס עטליכע טעג נאך פורים ווען יאנוש איז געפונען געווארן אויפן גאס מיט א פלעשל משקה וואס ער האט נאוואס דערווישט פונעם אידישן סוחר, שעפסל, עטליכע גאסן אוועק.

שעפסל האט איהם נאכגעשריגן פון דערווייטנס און וואו ווייטער דער יונג איז אדורגעלאפן אלס שטערקער און פעסטער איז געווארן דער כאפטס-איהם געשריי. פון אלע הייזער זענען די איינוואוינער ארויס געקומען קוקן וואס עס האט פאסירט און דאן אין א פרעצעטענטלאזע שריט איז חזקאל געזען געווארן נאכלויפן דעם גנב מיט ווילדע טריט, אן אנפאנג האבן די אנוועזענדע איהם פרובירט נאכצויאגן און אפהאלטן פון זיך אנהייבן מיט דעם ווילדן חיה אבער ווי לענגער זיי זענען געלאפן האט זיך דער געיעג אלס מער קאנצענרטרירט אויף דעם יאנוש.

געווען איז עס לייביש וועלכע האט ארויסקוקענדיג פון זיין פענסטער און צוזענעדיג דער געיעג, באשלאסן ארויסצוהעלפן לויט זיינע פעיגקייטן און ער האט מיט איילעניש גענומען אן עמער פליסיגע אויל און ארויפגעגאסן אויפן שאסיי הארט פאר יאנוש איז געקומען צו לויפן מיט א בליץ שנעלקייט און דאן האט ער זיך געגעבן א גליטש ארויף אויפן אויל כאפענדיג דערביי א געזונטן זעץ אין קאפ און איז געפאלן אויפן ערד.

אונטער א סקונדע איז ער שוין געווען ארום גענומען מיט אידן פון אלע זייטן וועלכע האבן איהם דערלאנגט יעדער לויט וויפיל זיין הארץ באגערט ביז דער יאנוש האט געשריגן מיט באנומענע קולות און שארפע קללות אז ער קען שוין נישט אטעמען. נאכן שווערן אז ער וועט שוין מער נישט פלינדערן אדער צורירן קיין שום אידישע פארמעגן, אומבארעכטיגט, איז יאנוש אפגעלאזט געווארן און ארויפגעזעצט געווארן ביי די זייט פונעם גאס וואו ער איז געברענגט געווארן א גלאז וואסער מיט עטליכע באנדאשן צו היילן זיינע וואונדן.

די אידן האבן אפגעאטעמט, ענדליך וועט זיך דער יונג לערנען א לעקציע וואס ער וועט נישט פארגעסן, האבן זיי צווישן זיך געשמועסט. דער איינציגסטע וועלכע איז געווען זייער אומרואיג פון דעם עפיזאד איז געווען זייער רב, אן ערליכע איידעלע מאן , פיל מיט טיפע פארשטאנד און א רעספעקטירטע פערזענליכקייט, וועלכע איז געשעצט געווארן דורך די אידן און אפילו להבדיל די גוים. דער רב האט אין איילעניש צוגערופן א דרונגענדע אסיפה ביי איהם אין שטוב און האט פארבעטן פאר אלע וועלכע זענען געווען פאראנטווארטליך אויף דעם אטאקע, אריבער צו גיין צום שטוב פונעם הערשער און פערזענליך איבער געבן אן אפציעלע אנטשולדיגונג אויף וואס עס האט פאסירט צו זיין זוהן אינעם אידישן קווארטל.

די פארזאמעלטע ביים זיצונג זענען געווען זייער אנטוישט און האבן נישט געוואלט איינשטימען מיט דעם רב. “ווי קענען מיר זיך אזוי ביליג מאכן פארן הערשער? ער ווייסט זייער גוט אז זיין זוהן איז 'יענער חברה מאן ', וויזוי קענען מיר זיך אהער שטעלן ווי גאר די שולדיגע?” אבער דער רב איז זייער צעטראגן, ער קען זיך נישט בארואיגן. "טאמער מיר האבן טענות, קענען מיר גיין צום געריכט" זאגט דער רב מיט א שטייפע שטומע פיל מיט ווייטוג, "מיר קענען נישט נעמען שריט אויף אונזערע אייגענע הענט" ענדיגט ער צו.

מיט אראפגעלאזטע געזיכטע האבן די אידן ערפילט דעם רב'ס ביטע און זענען אריבער געגאנגען צום שטוב פונעם הערשער און איהם פערזענליך איבער געגעבן זייער פולסטע אנטשולדיגונג.
*
ג.

עס איז שטאק פינסטער אינדרויסן. דער נאכט איז א קאלטע און א פוסטע שטולקייט הערשט אין דעם אידישן קווארטל.

ווען מיט א מאל, ווערט דער רואיגע שטילקייט איבערגעריסן מיט פון די קול פון איילענדע פערד וועלכע לויפן אריין צווישן די גאסן מיט א שנעלער גלאפ ווען די רייטער האלטן איז זייער האנט הויכע פאקלען וועלכע באלייכטן דעם גאנצען ארום.

די שטאט וועקט זיך אויף אין א פאניק, די קינדער לויפן צו צו די פענסטער און קוקן ארויס. זיי זעען ווי א מחנה פאליציי אנגעטוהן אין דיקע מודירן ווענדן זיך צו דער ריכטונג פונעם הויז פון שבתאי דער גבאי פונעם בית מדרש.

די פאליציי שטעלן זיך אפ פארענט פון זיין הויז און קלאפן האסטיג אויף זיין טוהר. שבתאי עפענט אויף דעם טוהר מיט ציטער און זעט פאר זיך שטיין דער פאליציי הויפט ווען נעבן איהם שטייט זיין באדינער מיט א פאקל אין האנט וואס ווארפט שרעקעדיגע ליכטיגקייט אריין אינעם הויז.

- “מיר האבן ערהאלטן א דרונגענדע באפעל איבער צו זוכן דיין הויז, עס ליגט באהאלטן א פלעשל מענשטליך בלוט ביי דיר אינדערהיים!” האט דער פאליציי הויפט זיך אנגערופן מיט א הויכע שטייפע שטימע. נאך איידער שבתאי האט געקענט ארויס זאגן עפעס פון זיין מויל האבן די פאליציי אריין גשטורעמט אין זיין הויז און ער איז געבונדן געווארן מיט שווערע קייטן.

געפונען! האט זיך געהערט דער הילכיגע שטימע פון א פאליציי-מאן, ווען מיט זיין האנט ווייזט ער א קליין פלעשל אנגעפילט מיט בלוט. "דא איז עס, איך האב עס געפונען אונטער דער באלאטע נעבן די טרעפן וועלכע פירן צום קעלער".

שבתאי איז געפירט געווארן צום וואגן און די פאליציי האבן מיט א שנעלקייט פארלאזט דאס ארט מיטנעמענדיג מיט זיך אלע באווייזן און האבן איבער געלאזט א קליינע איינהייט צו באוואכן די גענענט.

מארגן אינדערפרי איז קלאהר געווארן וואס דא שפילט זיך אפ. דער הערשער באשולדיגט די אידן אז ווען זיי האבן אראפגעקלאפט יאנוש עטליכע טעג פריער איז עס געווען בלויז ארויסצוזויגן בלוט פון איהם וועלכע זיי וועלן דאן ניצן פאר זייער מצות אויף פסח, זיי האבן איהם נישט אראפגעקלאפט צוליב דעם וואס ער האט געפלינדערט אין זייערע הייזער, דאס איז סתם געווען אן אויסרייד, האט דער הערשער געהאלטן.

א טונקלע וואלקן האט באדעקט דער אידישן קווארטל אין די קליין שטעטל אין פראווינציע. די איינוואוינער זענען איינגעהילט געווארן אין א טיפע אנגסט. די עסקנים און כלל-טוער זענען אריבער געגאנגען צו די פאליציי באמטע און שטאטישע אינסטאנצן און פארבעטן מען זאל דערלייכטערן דעם מצב ביי שבתאי וועלכע איז געהאלטן געווארן אין געפענגעניש על לא עול בכפו און האבן געזארגט ער זאל האבן א גוטע אדוואקאט וועלכע זאל זיך אפגעבן פאר זיינע רעכטן.

דער רב איז אריבער געגאנגען צום שטוב פונעם גלח גרעגאריע, אן אויפריכטיגע מאן וועלכע פלעגט אלעמאל טוהן פארן וואוילזיין פונעם פאלק און האט אויך געהאלפן די אידן זיך צו ספראווען מיט זייערע גוי'אישע שכנים. דער גלח האט העפליך אויפגענומען דעם רב און איהם פארבעטן צו זיצן.

- מיין געערטע ראבינע, טאמער איז עס וואר אז דאס וואס דער הערשער זאגט איז נאר א בלבול, דאן קען דער רב זיין זייער רואיג און דער אמת וועט האבן איר לעצטע ווארט, אבער הער רבינע, לויט אלע ווארשיינדליכקייטן איז דא פארגעקומען זייער א וואנזיניגע אקט, וועלכע מוז גרונטליך געפארשט ווערן אין געריכט.

- הער גלח. זאגט דער רב. דער גלח ווייסט דאך גאנץ גוט אז מיר אידן טארן נישט טרינקען קיין בלוט, קיינמאל. מיר זענען דערויף עטליכע מאל פארבאטן געווארן אין דער תורה און מיר היטן זיך פון יעדער טראפ בלוט.

- ווער נאך ווי איך ווייס דאס אזוי גוט? ענטפערט דער גלח. אבער דאס איז אנדערש ווי אנדערע בלוט- בלבולים. די באווייזן אז די אידן זענען איבערגעפאלן דעם יאנוש זענען קריסטאל קלאהר, איך קען נישט זען וואס איך קען דיך דא העלפן.

דערמיט האט דער רב פארלאזט דעם גלח'ס הויז און מיט א שווערע הארץ האט ער אויסגערופן אן עצרת תפלה אויף מארגן פארן גאנצע שטאט.

די געריכטליכע פראצעדורן האבן זיך אנגעפאנגען. אויפן באשולדיגונגס באנק איז געזעצן שבתאי, וועלכע מען האט געפונען ביי איהם דאס פלעשל בלוט און אויף די אנדערע זייט זענען געשטאנען מיט אן איינגעהאלטענע פרייד, דער הערשער מיט זיין זוהן יאנוש וועלכע זענען געקומען עדות זאגן פארן געריכט איבער דעם שרעקליכע פארברעכן וועלכע די אידישע געמיינדע איז באגאנגען.

דער ריכטער זיצט אויף זיין שטוהל מיט א פארקנייטשטע שטערן און קוקט איבער אלע פאפירן און דאקומענטן וועלכע ליגן פאר איהם. איין דאקומענט האט געכאפט זיין אויג, דאס איז געווען דער באריכט פונעם שטאטישן דאקטאר אין וועלכע ער געבט איבער, נאכן אונטער זוכן דעם יאנוש אויף זיינע וואונדן, אז ער האט געפונען א וואונד וועלכע זאל האבן געווען גענוג גרויס צו קענען ארויס געבן די קוואנטום פון בלוט וועלכע מען האט געפונען ביי שבתאי אין שטוב, אנגעבליך פאר די מצות.

דער ריכטער הייבט אויף דעם פאפיר און שרייט אויס אין זאל, "דאקטאר, איז דאס וואר? איז דאס דיין מיינונג?" דער דאקטאר געבט א שנעלן בליק אויפן הערשער וועלכע קוקט איהם אן מיט שטייפע בליקן און דאן צום ריכטונג פון דער ריכטער.

- יא הער ריכטער, דאס וואס עס שטייט אין דעם באריכט איז זויבער מיין פערזענליכע מיינונג.

די פראצעס איז אנגעגאנגען פאר עטליכע טעג, די עדות זענען געהערט געווארן און די אדוועקאטן האבן געגעבן זייערע שטעלונג און דערווייל האט דער רב געשוקט א דעלעגאציע צו די אידן אין פאריז זיי אנצופרעגן פאר זייער הילף.
די אידן אין פאריז האבן זיך געמאלדן צום קייסערליכן געריכט אין פאריז און אנגעבעטן צו קומען צו הילף פאר אזא הייקעלע פאל.
*
ד.

אינעם ווייטן פאריז זוצט זיך פראפעסאר שולץ איבערגעבויגן איבער דעם נארוואס-ערפינדענע פארגרעסערונגס גלאז אדער ווי עס ווערט אנגערופן צווישן די וואוסנשאפטלער – מיקראסקאפ, וועלכע האט געכאפט זיין נייגער, און שטוינט פון די רעזולטאטן וועלכע די ערפינדונג קען ברענגן .

דורך די גלאז, באווייזן זיך די זאכן פילפאכיג גרעסער ווי אין זייערע ארגינעלע פארם און א נייע וועלט ווערט פאר איהם דארט אנטפלעקט.

ווי נאר דער פראפעסאר האט געהערט איבער דעם אומגעווענליכן פאל וועלכע האט זיך אפגעשפילט אין פראווינציע האט ער באלט אריינגעגעבן זיין ביטע איבערצוקוקן דאס פלעשל בלוט מיט זיין נייער מאשין וועלכע ער האט זיך נארוואס איינגעהאנדלט און ווען ער איז ערלויבט געווארן צו איבערקוקן דאס פלעשל האט ער זיך גלייך גענומען צו די ארבעט און באקוקט, באטראכט און אנאליזירט דאס בלוט ביז ער איז געקומען צו דעם קלארן באשלוס אז דאס איז נישט קיין מענשטליך בלוט, דאס בלוט איז פון א יונגע ציג.

ער האט אריינגעלייגט זיין גאנצע שטודיע אין א פילע באריכט וועלכע ער האט פארשריבן און האט ערשיינט פאר די ריכטער אינעם געריכט.

דער ריכטער קוקט אויף די פראפעסאר וועלכע האט נארוואס קלאהר געשטעלט זיין מיינונג אין וועלכע ער האלט פעסט אז דאס פלעשל בלוט איז ציגן בלוט און אין רעזולטאט מוז עס האבן אונטערגעשטעלט געווארן דורך בייזע עלעמענטן. דער ריכטער דרייט זיך אויס צו דעם שטאטישן דאקטאר וועלכע בעט איהם ערלויבעניש צו געבן זיין ווארט.

- הער ריכטער, רופט זיך דער דאקטאר אן. דער באריכט אין וועלכע איך צייג אז יאנוש איז פארוואנדערט געווארן מיט וואונדן גענוג גרויס צו אנדייטן אז עס איז גענומען געווארן בלוט פון איהם, איז געשריבן געווארן קעגן מיין ווילן.

דער הערשער האט מיך געסטראשעט מיטן ערגסטן טאמער וועט דער באריכט נישט זיין אין איינקלאנג מיט וואס ער וויל עס זאל דארט ערשיינען, איך בעט איבער די ריכטער פארן פארדרייען פאקטן, ענדיגט ער צו.

מיט פארקנייטשע אויגן דרייט זיך דער ריכטער אויס צום הערשער וועלכע שטייט דארט מיט א שטייפקייט און לייקענט אפ אלע באווייזן און באשולדיגונגען.

“איך האב נאך קיינמאל נישט געגעסן אדער געשאכטן ציגן“ רופט זיך דער הערשער אן מיט דרייסט, "אין מיין הויז איז קיינמאל נישט געווען קיין ציגן אדער זייער פלייש, איך גלייך עס נישט, פון וואו זאל איך האבן ציגן בלוט אנצודרייען בלבולים אומזיסט?" פארענדיגט ער מיט א טאן פול מט שפאס.

- הער ריכטער, רופט זיך אן קלמן פון א זייט, געבט מיר ביטע ערלויבעניש צו רעדן, וועל איך איבערצייגן די פרעכקייט פונעם הערשער. "אט רעד", רופט זיך דער ריכטער אן.

- נאך דעם אינצידענט וואו דער יאנוש איז געפונען געווארן פלינדערן די אידשער סוחר און בא'גנב'ענען פון זיינע געטראנקען, זענען מיט אריבער גענאנגען צו דעם הערשער אין שטוב און זיך פאר איהם טיף אנטשולדיגט אויפן באפעל פון אונזער רב, אויף וואס זיין זוהן איז אריבער נאך דעם וואס ער איז געווארן געכאפט. און דאן, זייענדיג ביי איהם אין שטוב, האב איך געזען הענגען נעבן די אויוון, הויט פון א ציג, ריינע געשינדעטע הויט, פריש געשניטן.

דער הערשער'ס געזוכט אין ווייס געווארן אבער ער האט נישט ארויסגעוויזן קיין שום גרינמאסן אויף זיין פנים.

דער ריכטער האט זויפארט באפוילן די פאליציי צו אונטערזוכן זיין הויז און נאך אייניגע מינוטן זענען צוריק געקומען פאליציי באאמטע,
“דאס האבן מיר געפונען ביים הערשער אין שטוב” האט זיך איין באמטע אנגערופן אריין לויפענדיג אין זאל, האלטענדיג אין דער הייך, האר פון ציגן.

דריי הילכיגע קלאפעס האבן זיך געהערט אינעם זאל און עס איז שטיל געווארן אויפן ארט, און דאן איז געהערט געווארן דער פסק פונעם ריכטער.

דער איד, שבתאי, דארף זויפארט באפרייט ווערן און אויף זיין ארט דארף דער הערשער ערזעצט ווערן, די אידן זענען גענצליך אומשולדיג און דער הערשער וועט אפדינען זיינע פארדינטע יארן אין טורמע אונטער שלאס און ריגל, און יאנוש, רופט זיך דער ריכטער אן, קוקענדיג איהם אין די אויגן, נאך איין מאל זאלסטו זיך נישט וואגן צו פלינדערן די אידישע קווארטל.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר