א ראָמאַן שילדערונג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1449 מאל

א ראָמאַן שילדערונג

שליחה דורך דיכטער »

אירע ליכטיגע אויגן האבן צוריק געגלאנצט אין די שווארצע אפלען פון זיינע אויגן. די איידעלע שיינענדיגע געזיכט, פול מיט חן, האבן איהם גענצליך פארגאפט. אירע באשיידענע תנועות און רואיגע באוועגונגען האבן איהם ווי געפאנגען. ער איז געזעצן קעגן איבער איר און נישט געקענט אראפנעמען פון איר די אויגן. ער איז געזעצן דארטן פארקלאצט ווי ער זאל ווען האבן פארלאזט זיין זעל, ווי זיין נשמה זאל ווען ארויספליען פון דעם און גרייכן די הויכע ספערן.

ער האט איר אנגעקוקט און באטראכט. אירע גלאנציגע האר, איר סעמעטרישע קערפער און גלאטע הויט, אלס האט איהם געצויגן ווי דער געוויכט פון טויזענט שטרענס. ער האט נישט געקענט אראפ נעמען פון איר קיין בליק.

א ווארימע געפיל האט איהם ארומגענומען אנפילענדיג איהם מיט א הייסע שווייס ווען אירע ליפן האבן זיך גערוקט און פארמירט א האלבע שמייכל. ער איז אפילו נישט געווען זיכער צו זי באציעט זיך צו איהם, אין פאקט האט עס נישט צופיל געענדערט זיין געפיל, אבער ער האט באשלאסן ביי זיך אז דאס איז עס, ער זוכט נישט מער, גענוג עגמת נפש געהאט אין זיין לעבן, גענוג דורכפעלע און הארץ-ברעכענישן.

וואס פעלט אויס צו פרובירן ווידעראמאל? האט ער צו זיך געפרעגט, אבער דאס הארץ זיינע, האט נישט נאכגעלאזט, ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געזען אזא שיינע סצענע. די בערג אין שווייץ אינאיינעם מיט די וואסער-פאלן אין נייעגרע, וואלטן זיך באגראבן פאר בושה געפונענדיג זיך דא.

ער איז געווען הונדערט פראצענט זיכער מיט זיך. דאס איז עס, איך האב געטראפן מיין זעל, איך האב געפונען מיין גייסט, דער אטעם פון מיינע לינגען. דער ליבע פון מיין לעבן.

זיין הארץ האט זיך געווארפן אין זיינע בריסטן, זיין אטעם איז געווארן שווערע און שווערע מיט יעדער טריט וואס ער האט געשטעלט פארויס אין איר ריכטונג. ער קומט נענטער און א שווייס באדעקט איהם וואס הייבט נאך מער זיין אנגסט און קווענקלעניש. אבער ער קען זיך נישט באהערשן, ער קומט ביז נעבן איר און מיט א ציטערדיגע שטימער פרעגט ער איר אין איר פרידן.

*

זי קוקט זיך ארום מיט א פארלוירנקייט, זי זיצט אויף איר בענקל אומרואיג, פול מיט אומזיכערקייט און קווענקעלניש.

מיט א מאל כאפט איינער אירע אויגן. א מאן, הויך, ערוואקסן, שיינע שווארצע געקראזלטע לאקן הענגען איהם פון די זייטן פון זיין שיינעם געזיכט. זיינע תנועות באגייסטערן איר, זי ווערט פון איהם פארוואסערט, א הייסע געפיל נעמט איר ארום קוקענדיג אויף איהם. זי ווייסט נישט וואס מיט איר האט פאסירט אבער זי האט נאך אין איר לעבן נישט אזוי געשפירט.

און יא, ער דענענטערט זיך צו איר. זי ווערט פארגליווערט אין איר זיץ, זי רורט נישט קיין גליד. אירע הענט וואס האבן שטייפערהייט אנגעכאפט דעם האלב-פילן גלאז, ווערן פלוצלונג געפרוירן. זי קען זיך נישט באוועגן און אט שטייט ער פאר איר. זי קוקט אויף זיינע שטערן, זיי באצויבערן איר, אויף זיין געזיכט און זיי באהערשן איר, דער ווארימקייט פון זיין קערפער נעמען איר גענצליך איין.

ער פרעגט איר אין איר פרידן און זי ענטפערט צוריק. א שמועס אנטוויקלט זיך, א חבר'שאפט קניפט זיך, א בונד האט זיך געפארעמט, א נייע פארפאלק איז געבוירן.

וואו ער איז נאר געגאנגען, איז אירע געזיכט געשטאנען פאר זיינע אויגן. איר הערליכע ליפן - שענער ווי די רויזן, איר גלאנצענדע אויגן. ער האט איר נישט געקענט ארויס נעמען פון זיין געדאנק. זי איז געווען אן אינטעגראלע טייל פון זיין וועזן.

זי, יעדער'ס מאל וואס ער האט פארלאזט די שטוב, איז זי געשטאנען ביים פענסטער, צוגענאגלט צו די שויבן און געהאפט און געווארט ער זאל ווידער ערשיינען. ווי נאר זי האט איהם אידענטיפיצירט ביי דער עק פונעם גאס קומען אין איר ריכטונג, האט זי שיעור נישט געלאזט פאלן גלוסט-בלוט. זי איז געוארן פיל מיט ווארימקייט און גלוסטעניש, זי האט זיך דערמאנט אין זיינע הענט וואס האלזן איר, זיין לינקע האנט אונטער איר קאפ, זיין רעכטע האנט נעמט איר ארום. זי האט זיך פארחלום'ט אין די געדאנקען און טרערן האבן אנגעהויבן צו פילן אירע אויגן.

*

צייט איז אריבער און קאלטע ווינטן האבן אנגעהויבן צו בוזשעווען אין שטוב. דער מצב צווישן די צוויי איז געווארן קאלט און טריקן און האט זיך דערקייקלט בארג אראפ.

קריגן האבן אנגעהויבן צו ערשיינען, וועלכע זענען פארוואנדעלט געווארן אין געפעכטן, נאכפאלגנדיג מיט געשלעגן, קאלטע און הייסע און די ליבשאפט וואס האט פריער אנגעפילט דאס הארץ איז ערזעצט געווארן מיט האס און שנאה.

זי איז אוועק פון זיין שטוב. צום ערשט אויף א וויילע אבער דערנאך פאר אן אומבאשטימטע צייט-אפשניט וואס זי האט פארטייטשט אלס אייביג.

פליסיגע טרערן האבן זיך אראפגעקייקלט אויף אירע ווייכע באקן. איר הארץ צעריסן און צעשפליטערט, די שטיקער צעשפרייט איבערן גאנצען ארום און איבער אלעס, געפילן פון צארן און נקמה האבן איבערגערינען אין איר.

צייט איז פארלאפן, די שטורעמישע געפילן זענען געווארן אפגעשוואכט. זי האט זיך געשאפט נייע פריינט, א נייע געזעלשאפט און צוביסליך צוביסליך זיך צוגעוואוינט צו לעבן אין זיין אפוועזנהייט און זיך געפירט היפש באקוועם מיט איר נייעם לעבן.

ער פון דער אנדערע זייט, איז געווען פול מיט שולד געפולן וואס האבן איהם אויפגעגעסן פון אינערווייניג און איהם נישט געגעבן קיין מנוחה. זיין האס און צארן אויף איר האבן געשטורעמט אין איהם און זיך אויסגעמישט מיט זיין גלוסטעניש און הארץ-רייסנדע בענקשאפט נאך איר, לאזענדיג איהם נישט איינמאל זיך באדן אין א וואנע פון זידיגע טרערן וואס ער האט פארלאזט אויף איר און אויף איר שיקזאל.

זי, האט זיך איינגעפירט א נייע לעבן. נישט איינמאל און אויך נישט צוויי איז זיין געשטאלט מיטן גאנצן גלאנץ ארויף געקומען אויף איר געדאנק און האט איר אויפגעוועקט פונעם פארפרוירענע לעבן אין וועלכע זי האט זיך געוואלט אריין לייגן אבער זי האט ווידער און ווידער פרובירט צו אוועק שטיפן די געדאנקען און אנגיין ווייטער מיט איר טאג טעגליכן לעבן.

ביז איינמאל ווען זיין פארעם איז ארויפגעשווימען פארנט פון איר זכרון און וויפיל זי האט פרובירט עס צו פארטרייבן און אוועק שטופן איז עס צוריק ארויפגעקומען מיט אלע קאלירן און פארבן און האבן איר אריין געלייגט אין א פארצווייפלטע, אומבאקוועמע גיסטע.

זי איז געזעצן אנגעלאנט אויף איר ארעם אין צווייפעלניש, אין איר קאפ זענען ארויפגעקומען די אלטע טעג, זיין באצויבערנדע שמייכל, זיין ווארימע כאראקטער, זיינע ווייכע ווערטער און זיין ליבליכע פריינדשאפט, אלעס איז ארויפגעקומען אויפן באוואוסטזיין פארפלייצענדיג אירע געדאנקען און צעשטורעמענדיג אירע געפילן.

קליינע טרערעליך האבן באוויזן זיך ארויסצושווערצן פון די זייטן פון אירע אויגן און זי האט אויסגעפלאצט אין א געוויין וועלכע איז געווארן שטערקער און העכער מיט יעדן פארבייגייענדן מינוט.

אירע פריינדן קוקן מיט שאק און וואונדערן זיך מיט איבעראשונג. זאג נאר טייערע, וואס האט פאסירט? וואס האט דיך באוויזן צו טשעפען?

- עס איז מיין ליבע.

- דיין ליבע? דו האסט דאך קיין ליבע, אויסער אונז. מיר זענען דיינע ליבע, מיר זענען דיינע פריינדן.

- א בראך מיינע פריינדן, מיין ליבע! מיין ליבע! הייבט זי אן צו שרייען, מיט נישט איר קול, ציפענדיג איר הויט און רייסענדיג איר האר. - ‏מיין ליבע!

‏זי כאפט אן די זוימען פון זייערע קלייד מיט א שטייפקייט און זאגט מיט א קול געשטיקט פון געוויין:

- ‏איך באשווער אייך, די טעכטער פון ירושלים, ווען איר טרעפט מיין פריינד וואס וועט איר זאגן פאר איהם?

"דאס איך קרענק זיין ליבשאפט"

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר