אפאזיציע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 752
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 963 מאל

אפאזיציע

שליחה דורך אלע צוזאמען »

ער איז די פירער פון די אפאזיציע, ער איז געווען, און נאך אלץ איז דער איינציגסטער וואס האט נישט מורא זיך ארויסצושטעלן קעגן די רעזשים וואס הערשט שוין יארן מיט א שטארקייט אינעם ריזן לאנד, מער ווי איינמאל האט מען אים פרובירט צו פארשטילן, און פארמאכן דאס מויל וואס איז אנ'פילטערט ווען ס'קומט צו גאווערמענט קארופציע, אבער ער דערשרעקט זיך נישט, און אויף דערווייל גייט ער ווייטער, אן קיין אפשטעל.

אפילו נאכ'ן ווערן אויסגעשפארט פון די ציוויליזאציע, און ווערן פארשפארט אין הויז ארעסט, האט ער נישט אויפגעהערט, אויך נאך וואס די דיקטאטור'ס פריוואטע געהיים פאליציי איז אים איבערגעפאלן, און זיין הויז, ווי זיי האבן סייווי אלעס געזעהן דורך קעמערע'ס, וואס זיי האבן אינסטאלירט, איז ער ווייטער אנגעגאנגן, ער ווערט גערודפט דורך יעדע ענגעל און שטאפל פון די גאווערמענט, מיט באשולדיגונגען וואס אויבנאויף קוקט עס אויס זייער ערנסט, אויס נער'ן די גאווערמענט דורך נישט באצאלן פולע טעקסעס, אדער אנפירן א ווידערשטאנד אקעגן די דעמאקראטיש ערוויילטע רעגירונג, און נאך.

פארשטייט זיך אז די מידיע אין לאנד איז אויף דער זייט פון די רעזשים, א חלק ווייל זיי זענען כמעט ווי געצווינגען און א טייל זענען אקטיווע שותפים מיט די רעגירונג, און אז די אינפארמאציע איז געפיטערט איין וועג, איז נישט מער ווי נארמאל אז רוב איינוואוינער גלייבן אויך אזוי, און אלץ א דירעקטע רעזולטאט פון די רעזשים'ס קאנטראל אויף די מידיע איז ער אין זיין לאנד פארפיינטעט ביי א מערהייט, און די זעלבע צייט וואס ארום די וועלט איז ער היבש פאפולער און אנגענומען.

יא, צוויי מענטשן פיטן די דערסקרופציע , צוויי וועלט'ס באקאנטע פערזאנען גייען אריין אין די אויבערדערמאנטע דריי פאראגראפן, 'דאנעלד טראמפ' אין 'אמעריקע' און 'אלעקסי נאוואלני' אין 'רוסלאנד', ביידע פון זיי ווערן גערודפט דורך די מאכטפולע אין זייער באטרעפענדע לאנד, אין מאמע רוסלאנד איז עס 'פוטין' און זיין FSB, און אין 'אמעריקע' איז עס די Deep State מיט די FBI.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump

דער אשכול פארמאגט 58 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר