מ'דארפן מיר אמונות טפלות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 575 מאל

מ'דארפן מיר אמונות טפלות

שליחה דורך עדיאל »

אחדשה"ט,

עמכה"ת החכם הדגול ופילוסוף אלוהי ש"ב מוהר"ר... שליט"א

בין פסחא לעצרתא, פה האדסן פלאץ קרתא, ברוך שהחיינו, חג היה לנו, כאילו בעצמנו יצאנו, עשינו פסח כדת, ולא בת טות, המוציא ממצרים מוציא לנו מצה, עד שנפשנו קצה, גם לרבות ביצים, קשה כעצים, וגם רכות אונטערגעשלאג"ן, בלי צרה ויגון, בעבור בארש"ט המשקה, ולא חסר פרוטה מן הטאשק"ע, כי קבלנו קמחא דפסחא, מאת הנגיד מפרשיסחא, חכיתי עד הגיע תורי, והנה שלושה סלי חורי, מלא ברקות תפוחי אדמה, של מאפיית נחמה, להחיות גוף ונשמה, קופסא מיץ ענבים, בטעם משקה של זבים, ושק גזר, ראוים לנעזע"ר, של אנשי שנ"יי, ואין דורשין לגנאי.

על של עתה באתי, בנימי בקורתי, ימי אייר זענען שוין מער ממשמשין ווי באין. ס'שוין דא, הנה זה בא. שוין געדרשנט ביי שלש סעודות די נוטריקן פון אני השם רופאך. די בחורים גיין שוין צוריק אין ישיבה אריין. אט איז טאקע ג' אייר, די גרויסע יארצייט. די בעלי נפש הונגערן זיך שוין אויס פאר רעב שייעלעס בארומטע פלאנקן מיט בארכעס. און כבוד תורתו, בתוך שאר חכמי ישראל, שארפט שוין דאס פיסקל ארויסצוגיין במלחמתה של תורה, אויסצורופן דעם קול השם בכח ביים צענטראלע דרשה, און איבערווייזן די אמונות טפלות און באשייגעצן די פאגאנישע צערעמאניעס און אבערגלויבונגען ביים המן עם.

וויל איך אייך נאר דערמאנען וואס דער חכם מכל אדם זאגט, מה שהיה הוא מה שיהיה והארץ לעולם עומדת. טרייסט רעליגיע איז דאס עלטסטע און מערסט נאטורליכע סארט דינעריי, און ווען אימער און וואו אימער מ'האט דאס פרובירט אויסרייסן, איז דאס נאך כסדר צוריק געשווימען אויפן אויבערפלאך.

און פארוואס דען זוכן דאס אויסצורייסן? וועמען קרענקט דאס? לאמיר זיך מסביר זיין מיט א משל.

טרייסט רעליגיע איז נוצליך און אומשעדליך. מ'טוט וואס ס'רעדט צו הארצן. א מענטש איז וואלנערעבל און דארף די פסיכאלאגישע הילף פון דער דיוויין און איבערנאטורישע כוחות צו דורכשטופן די זיבעציג יאר. די ריטואלן זענען פשוטע און צוגענגליך. מ'ברויך נישט קיין פילאזאפן צו צעלייגן די נואנסן אויף טעלערעך, אדער שרייבן גאנצע מורה נבוכימס. מארקסע רב שרייבט אז רעליגיע איז די אפיוד פון די מאסן, און ווער ברויך דען נישט אביסל סחורה. אזוי איז געווען אין זיידע תרח'ס צייטן. מ'פלעגט פלעקעיטן די געטער. ס'א טראנזאקציע וואס דער שכל האנושי קען דערהייבן. מ'געט א פעני פאר רבי מאיר בעל הנס, און מ'טרעפט די פארלוירענע ברילן.

אין קאנטראסט, אין א פולשטענדיגע טעאלאגישע סיסטעם, גייט מען אריין דערין ווי מיט שטיוול אין דער סוכה. דער איז דיך מסביר קלאר וואס מ'טאר, און זאגאר א חוב קדוש, און וואס ס'איז געהעריג ועל יעבור. ס'דא אסאך פלאץ פאר די חכמים ונבונים שבכל דור ודור ודי בכל אתר ואתר, צו פילעווען, חקר'ן, שרייבן, אפווענדן, פארווענדן, איבעצייגן, אויסשעלטן, אויף יעדן תג און קוצו של יוד איבער וואס איז לויטערע ארטאדאקאסיע, און וואס גאר דברי כפירה וניאוץ חירוף וגידוף, ואוי לאוזן ששומעתן. מ'ברויך זיך קריעה רייסן, און יענעם שייטערהויפענען.

זעלבסטפארשטענדליך אז מ'רעד נישט דא איבער יהדות וואס איז אלץ דברי אלוהים חיים ומלך עולם. אונז האמיר א מסורה איש מפי איש ביז משה מסיני, וואס האט געלערנט מפי הגבורה אליינס. מ'רעד נאר פון די אנדערע וועלטליכע רעליגיעס וואס זענען מענטשליך געשאפן. מ'דארף זיך לעולם אפילו נישט אויסרעדן דאס, נאר כדי ס'זאל נישט זיין קיין פתחון פה למינים ולמלשינים און פאר די לצני הדור.

די סארט רעליגיע ברענגט מיט זיך פראבלעמען. איינס איז אומטאלעראנץ. אויב ס'נאר דא איין אמת'ער אמת, קאן מען דאך נישט סובל זיין יענעמס שקר. צוויי איז אז די טעאלאגיע פארלאנגט אויסשליסליכע בעלות אויף מאראל. ווען ווירדן טוישן זיך דורכן משנה עתים ומחליף את הזמנים, בלייבט מען שטעקן מיט צווייפעלהאפטיגע עטיקס. דריטנס, די סארט זענען געווענליך סאלוועישן רעליגיעס. דאס הייסט אז עולם הזה דומה לפרוזדור. מיר זענען דא פאר א תפקיד, און נאר דורכן גלויבן דאס אדער טון יענץ איז מען זוכה לחיי עולם הבא. די רעזולטאט איז אז יישוב העולם ווערט פארנאכלעסיגט, און דאס ברענגט אן א מיטלאלטער פארנאטישקייט און צוריקגעשטאנענקייט.

איז פארשטנדליך אז די פאלשע ענקאמפאסירנדע רעליגיעס ברענגען א חורבן אויף דער וועלט, און ס'איז ראוי לכל ירא שמים צו מעורר זיין איבער די פרצות הדור וואס איז נוגע די סארט פאלשע סיסטעמען.

די צוויי סארט איז לאו דוקא מאנאטעאיזם קעגן פאליטעאיזם. אין מאנאטעאיזם אליינס איז דא פאגאנישע עלעמענטן. דאס איז באשיינפערליך אין קאטאליזם. מארטין לוטער, נישט דער מרדכי לוזר קעניג פון אמעריקע, נאר זיין פארגייער פונעם הייליגען רוימישע אימפעריע אין די ר' יארן. דער בחור הגלח האט לוחם געווען קעגן די פויפסטליכע פארדארבנקייט, און קירכישע קארופציע אין אירע צערעמאניעס, אינדאלזשענסעס, און אומסקריפטוראלע געזעצן.

למעשה, ווי קומט דאס אז דער קירך האט זיך דערקייקלט צו מ"ט שערי טומאה בימי לוטער? פארשטייט זיך קארופציע גלוסט און לוסט פארענטפערט רוים אליינס, אבער וואס איז מיטן עולם גולם? ווי לאזט מען זיך אזוי פארפירן?

איז לאמיר ארויסנעמען דעם הייליגן רמב"ם, און אלע מישן אויף צו עבודה זרה פרק א און טייטלן מיט די פינגער. בימי אנוש טעו בני האדם טעות גדול. גאט ברוך הוא האט באשאפן זון לבנה און די עלף שטערן אין זעקס טעג, און די זיבעטע טאג האט ער גערועט. דערפאר טון מיר זיך אן שטריימל בעקיטשע און מ'גיימער אין שול זינגן לכה דודי, אלץ לכבוד שבת. און ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול טוט ער זיך אן די ווייסע קיטל און מאכט א מצב, כדי די קינדער זאלן נישט איינשלאפן פון לאנגווייליגקייט.

און וואס איז דער טעות געוועזן? אז מ'קען די אלע צערעמאניעס אוועקנעמען פון דער מענטשהייט, און איבערלאזן זיי מיט א לאגישע רמבמ"יסטישע רעליגיע, וואס שטימט קלאר און קליפ מיט חכמה עילאה ותתאה, און דאס וועט דער ציבור אנשי שלומינו שלונגען מיט דארשט אלע שבת נאכן טשולענט, און דאס וועט זיין זייער טרייסט ווען דער פריץ דערקוטשעט, ווען פרנסה הינקעט אונטער, ווען די עלטסטע טאכטער ווערט פארזעצט, און די יונגעסטע איז באגראבן צו טיפוס.

איינמאל דער עולם וועט כאפן אז יסוד היסודות ועמוד החכמה איז טאקע נאר לידע שיש שם מצוי ראשון, און אז אחדות השם גיבט זיך גאר קיין השתנות נישט, וועט מער נישט זיין קיין קוצר רוח ועבודה קשה. ווען רעליגיע וועט זיין לויטער ווי לוטער, און פיור ווי די פיוריטענס, און טרוקן ווי א טערק, דאן וועט זיין ומלאה הארץ דעה, און ס'עט מקויים ווערן ויעזבו שם את עצביהם, און אלע וועלן דינען השם אחד ושמו אחד, און מ'עט זאגן פאר די צרות ווי גרויס דער באשעפער איז.

באמת אמרו, וועמען אינטערעסירט די פינקטליכע מאכינאציעס פון עילוי נשמה? גענוי וויאזוי די נשמה דראפעט זיך די היכלות דורכן לחיים? וויאזוי נר שעוה 72 שעה ווערט טראנססובסטאנטיזירט צו נר ה נשמת אדם? די פאר געציילטע שפיץ קעפ, דאס אלעס. פארן אלגעמיינעם עולם איז לאז אפ. מיין זעליגע מאמע האט ליב געהאט טשיז קעיק, איז נאט אייך טשיז קעיק. עסט עולם, עסט לעילוי נשמת מיין מאמע. ברען ליכטעלע ברען. די פייערל אינעם גלאז טליעט ארויף און צאנקעט אראפ. די לעכטיגע נשמה פון מיין אומפארגעסליך קינד. ער דארף מ'זאל אים שיעור געבן אין קבלה'אישע ליכט צינדן? ער דארף א נחמה'לע פאר זיין אידישע נשמה'לע. ער געפונט מוטיגונג אין ריטואלן.

וועם קימערט די טעאריעס פון השתטחות קברי צדיקים? מ'פארט צו הילולות ווייל מ'שפירט די אמביענס דארטן, אדער התעוררות אין פארלאנץ. אויסערדעם וואס מ'פארט ווייל ס'איז קאשער ענטערטעינמענט און מ'קען איבערלאזן די שטוב פאר א קנאפע וואך, נישקשה. פארט מען טאקע זיך אויסבעטן אויך. וואס וויל מען פון עם קודש. מ'האט שוין אינזין געהאט ביי ברוך עלינו אגאנץ ווינטער און נאכאלס אין די קריפטא נישט געשטיגן, איז פאר מיר צו רבי ישעיה'לע.

אונז האמיר כלערליי סעינטס, איעדער מיט זיין ספעציאליטעט. יעדע סעינט קומט מיט א קבר און א געוויסע ריטואל. פרנסה איז קערעסטיר, און פיטערן אידן. שאול תחתית איז פאות ביי רבי נחמן מיט תיקון הכללי. א שידוך, עמוקה. פאר אן אט"ד אין די משפחה קען מען אויסברענען א ציגל ביים סקולענער. ביים ריבניצער ארבייט עס אויך. רבי שמעון טויג צו אויספועלן א שמעו'לע מיט חי רוטל. פאר אלל-פורפעס ישועות קען מען תמיד ארויפגיין צום רבינ'ס ציון. בשעת הדחק, נעמט זשע קוראזש און גייט צום אוהל אין קווינס אויכעט און עפענט א שיחה.

דער מנחת אלעזר שרייבט אז מ'בעט נישט דעם צדיק זעלבסט חלילה, נאר ליבערשט אין זיין זכות. וואס איז דען מיטן ודורש אל המתים און מיטן ואין לזלותו ראוי להתפלל? אפאליגעטיע אין דער זייט, די פאקטן בשטח איז אז מ'בעט יא דעם צדיק, און נאך ווי מ'בעט. מ'שרייעט אבי אבי! הייליגער רבי! ווי קענסטו דאס צולאזן? אויף וועם קען מען האבן טענות? ס'איז צרכי עמך מרובים ודעתם קצרה. אידן דארפן ישועות מיט רפואות. ווייל אז ס'טוט וויי שרייעט מען, און אז ס'נאגט און יאגט אויפן מאגן און ס'איז קאלעמוטנע אויפן הארצן, דאן ליארעמט מען און מ'ברעטשעט און מ'פארפירט און מ'מאכט יעלות. מ'רייסט איין וועלטן, און זאל דער מונקאטשער רב גיין פאכן די פינגער צו די אידן אין אמעריקע.

פונקט ווי מ'דארפן מיר צערעמאניעס און ריטואלן און סעינטס, ברויכן מיר ספעציעלע תפילות. תפלות השל"ה ערב ראש חודש סיון, וישלח פאר אינטערוועגנס, זיבן מאל ויהי נועם, פערציג מאל פרק שירה, ויתן לך מוצאי שבת. פרשת המן ג בשלח איז גאר חשוב, ווייל ווער קען דען נישט נוצן עקסטער מזומנים, און מ'קען אפילו פאוסטן אויף סטאטוס מיט לייכטע וויצן. קומען די אפיקורסימלעך און קלערן אויף אז די מקור דערפון איז גאר צווייפלהאפטיג. ווייל טאמער דער מקור וואלט געהאט א ברענד נעים אדער געדרוקט געווען אין א ספר תחת חסותו של הקיסר אלכסנדראוויטש פעטראוויטש וואלט עס אויסגעמאכט א וועלט מיט חילוק.

יו אר מיססינג די פוינט. מענטשן דארפן רעליגיעזע סימבאלן. ממשות'דיג, קאנקרעטע, למטה מעשרה טפחים'דיגע סימבאלן. דאס איז מאז ומתמיד געווען די נחלת הכלל. און וועמען שטערט עס? צוויי גרופעס. די משכילימלעך וואס זוכן צו אונטערגראבן רעליגיע בכלליות, און האבן געטראפן א מקום להתגדר ביי די אמונות טפלות. דא קען מען זיך תולה זיין באילן גדול. איר פארשטייט, מ'שרייט אויף די טאכטער אבער מ'מיינט די שנור. די צווייטע גרופע זענען פינסטערע פאנאטיקער וואס זוכן צו מכלה זיין קוצים בכרם בית ישראל און עטאבלירן א פיוריטאנישע רעליגיע אן קיין שום לחלוחית און פאן, און אזא וואס רעד נאר צו די עליטע און פארטרייבט די הארעפאשנע מהסתפח בנחלת השם.

יא רבי'לע. איר פליקט אריין אינעם הייליגן פויער, אינעם גראבן עושר, אינעם עמך, אינעם אשתך עבדך ואמתך שורך וחמוריך, ביז טיף אינעם וכל אשר לריעך אריין. איר טרייבערט אינעם העם אשר בחושך הולך ולא ראו אור נוגה, אבער איר ווייסט נישט און פארשטייט נישט אז געטשקעלעך זענען וויכטיג און אן אינטערגראלער טייל פון א יעדע רעליגיע. מ'לערנט אין חדר און דער רבי פארציילט ווי אברם האט צעבראכן תרח'ס געטשקעס, אבער מ'פארגעסט אז די קדשי קדשים האבן געהאט כרובים. ס'דא הייליגע סימבאלן אויך.

דער אייבירשטער דארף דיינע אנא בכח זיבן מאל געפרעפלעריי? דער אייבירשטער דארף קרבנות? ראציאנאל זאגט אז נישט. אבער קרבנות איז די סיבה פארן עולה רגל זיין וואו ס'איז לראות וליראות. דאווענען איז די סיבה פארן קומען אין שול. ווי קען מען האבן רעליגיע אנע צענטעראלע? האט מען מתקן געווען תפילות. וואס א חילוק צו דער אייבירשטער דארף דאס דאווענען אדער צו ס'מאכט עפעס אויס אינעם כביכול. מ'האט געזאגט שבת אין הפטורה, השמים כסאי והארץ הדום רגלי. אי זה בית אשר תבנו לי? און פארט איז דא א מצוה פון ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם. סא באקאנטער אלשיך, בתוכו לא נאמר אלא בתוך כל אחד ואחד. דער מקדש ברענגט דער שכינה צום פאלק אין הארצן אריין.

ווייסטו וואס כ'על דיר זאגן? די נביאים האבן אויך געהאקט אויף קרבנות. למה לי רוב זבחיכם, און כי לא דברתי את אבותיכם על דברי עולה וזבח. ס'האט אויפגעטון? עה, וואס וואו ווען. דער בית המקדש איז אנגעגאנגען מיטן פולן פארע. דער נביא דארף טון דאס זייניגע, און דער עולם דאס זייעריגע. ס'דארף דאך זיין איין משוגענער וואס שרייט. איינער וועלכער רופט אויס דעם אמת. אידישקייט דארף האבן רביס, און דארף האבן איין רבי מוטל צו האקן אויף רביס. איז דו גיי אן מיט דיין מסע ההסברה, אבער האף צו זיין א קול קורא במדבר און א וידבר אל העצים. ווייל נישט ס'גייט זיך עפעס טוישן, און נישט ס'ווערד געטוישט צו ווערן. נישט נאר איז רבי שיע'לע פרעס אומשעדליך, נאר ס'איז גאר געווינטשן.

זאל דער אייבירשטער טאקע העלפן, ס'זאל זיין וילמדו בני בינה תועה, ומלאה הארץ דעה, יעדער זאל קענען זאגן זיין אייגענע דעה. אמן.

כה הם דברי כאש עדיאל בן זבדיה
אב"ד ור"מ נהר האדסן וכל יאוריה

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר