קשיות מאכט טריפה, הערט אויף צו טעסטן די מנהל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3098
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3351 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8474 מאל

קשיות מאכט טריפה, הערט אויף צו טעסטן די מנהל

שליחה דורך שמן למאור »

האבן זיך לעצטנס אנגעריקט א שיינע פאר חשובע ניקס דא, זיי האבן ממש אויפגעלעבט ס'מקום, זה בכה וזה בשטרוי. מען עפנט אשכולות ווי שרומס נאך א ליל שישי טשולנט, מען חקר'נט, מען ליצ'עוועט, מען פארברענגט, עס לעבט זיך ממש אזוי ווי די 'אמאליגע גוטע צייטן' ווען די מכות ערוב האט נאך געבודזשעוועט אין פילן קראפט, און די 'לייבן' זענען געווען פולקאם אקטיוו.

אבער איך האב עפעס צו זאגן אביסל ביקורת, סאו איך וועל מיך נישט צוריקהאלטן, כ'האף אז ס'וועט זיין דברים היוצאים מן הלב, און ס'וועט זיין נכנסים אויך.. שוין, לאמיר גיין גראד צום נקידה.

אפאר חברה זענען ביזי מדייק צו זיין אינעם קוצו של יו"ד פון די תקנות המקום וואס מען מעג יא און וואס טאר מען נישט. מען איז ביזי אויפטשעקן יעדעס ניבול פה, מען איז ביזי וועלכע סארט בילד איז אויסגעהאלטן, וועלכע סעיף טוט עס ווייעלעיטן, איז עס כפירה ממש אדער נאר אן אבק פון כפירה.
רבותי, הערץ אויף, הער אויף טרעטן אויף די גרענעצן!

די מנהל שליט"א האט אוועקגעשטעלט תקנות נישט ווייל ער זיכט איינצוצוימען פרייע געשפרעך, ער האט זייער א גוטע רעקארד פון לאזן זאכן לויפן און נישט אראפנעמען ווארע וועגן איינזייטיגע אינטערעסן, דאך מוז זיין תקנות, אז נישט ווערט ממש הפקר א וועלט.

אז מען האט אביסל שכל הישר און מען שרייבט נארמאל, איז נישט דא קיין סיבה אז מען זאל עפעס דארפן מעקן, און אז מען מעקט שוין יא, מוז מען נישט קומען מיט א גאנצע אויסברוך אויפן מנהל, סך הכל זיכט ער אונז צוצושטעלן א אויסגעהאלטענע אינטעסאנטע מקום וואס האט עפעס נארמאלע גדרים וסייגים צו האלן נארמאלע ליניעס.

אז מען האט געמעקט, באקומען א רויטע געשריבענע פסק, אדער אפילו אן אויסשפארונג, וויש דיך אפ די נאז, און לערן א לעסן.

מען קען גיין גאנץ ווייט דא אין שטיבל, איך האב שוין אויך געשריבן זאכן וואס מיין רב האט דערויף געשריגן אז ס'איז כפירה ממש, אבער דאך איז דא וואס זיכן דווקא ארויסצוריפן דאס בער פון וואלד, מען גייט נאך א טריט פאראויס, מען טעסט די וואסערן.. מען מאכט גאר א מצב ווען עפעס קאנטערווערסיאל איז געשריבן געווארן. פליז רבותי, לאז זאכן לויפן געשמירט, די מנהל איז קיינעמס שונא, אונז זעמער שוין ארויס פון ישיבה קטנה ב"ה.

שוין, איך האב שוין אפגעזאגט מיינס, זייטץ מיר נישט חושד יעצט אז איך בין א חלק פון די הנהלה, כ'בין אויסדריקליך נישט! איך שמועס נאר אויס וואס עס ליגט מיר אויפן הארצן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר