בצדק תשפוט עצמך כעמיתך, ואהבת עצמך כרעך

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
גאלדמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 08, 2023 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

בצדק תשפוט עצמך כעמיתך, ואהבת עצמך כרעך

שליחה דורך גאלדמאן »

די אשכול איז נישט קיין שלימות און ניטאמאל האלב דערפון, איך עפן די אשכול טאקע נאר צו שאפן חומר ארום די נושא אפשר אזוי צוצוקומען צו א שלימות.

___________
ואהבת לרעך כמוך - בצדק תשפוט עמיתך

די א' ב' צוצוקומען צו א שלימות צו די צוויי חיובים איז נאר ווען מען האט זיך אליינס ליעב, נאר ווען מהאט זיך ליעב אינגאנצן בכל מצב שהוא איז מעגליך אויסצושפרייטן און איבערגיסן אהבה.

זיך אליינס ליעב האבן איז כולל אז סיי וועלכע מצב מען איז ברוחניות ובשמיות דארף מען עס אקסעפטן, טרעפן די מעלות דערפון, און זיין צופרידן דערמיט.

די חיוב פון זיך אליינס ליעב האבן גייט בלי גבול, ד"מ אפילו אויב איינער האט א שוואכקייט צו סיי וועלכע פון די תרי"ג מצוות - וואס ווען דיין חבר האט ווען די שוואכקייט וואלט די תורה געזאגט דערויף אז "בצדק תשפוט עמיתך" - איז ווען דו אליינס האסט די שוואכקייט מוזטו זיך אליינס ליעב האבן, משלים זיין דערמיט און זיין העפי דערמיט, אז נישט וועסטו קיינמאל נישט קענענן ליעב האבן דיין חבר אדער פארשטיין דיין חבר.

און השי"ת איז שומר משמרתה של תורה האט דאך זיך ליעב דעם איד ווי אזוי ער איז און השי"ת האט דיר ליעב האב זיך אליינס ליעב.

__

אולי מיט די הגדרה אויב איינער מיטשעט זיך אז ער איז דיפערענט אין געוויסע מהלכים אין אידישקייט איז אנשטאט צו פירן א פארלוירענע לענבענסלינגכע קאמף מיט די אייגענע טבע נטיות ורצונות, איז זיי משלים דערמיט ווייל דאס וואלט השי"ת פארלאנגט פון דיר אלמלא דו זעסט ווען דיין חבר האבן די נסיונות.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר