שרייבן פארמעסט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1518 מאל

שרייבן פארמעסט

שליחה דורך דיכטער »

אריינקומען פארברענגען אין קאווע שטיבל איז א געבענטשטע זאך. וואו איז פארהאן עפעס בעסערס פון קומען פארברענגען און וויילן מיט חברים און גוטע פריינט, זען און מיטהאלטן וואס עס טוט זיך אפ אינעם אפענעם וועלט, הערן און מיטטיילן געשיכטעס און עפיזאדן, טוישן און בייטן מיינונגען און ערפארונגען, קאמיוניקירן און פארבונדן געדאנקען און געפילן.

כדי צו נעמען דער ערפארונג צום קומענדיגן שטאפל, קלער איך פון פארלייגן א פארשלאג. איך גלייב אז עס איז שוין געטוהן געוארן דא, אויף דעם אופן אדער אויף אן אנדערן, אבער אזוי ווי איך בין היינט געבוירן, הייב איך אן מיט דער גאנצע פרישקייט און דער וואס האט נאך עפעס חשק פארבליבן, איז געלאדענט זיך מיט צו כאפן.

און דער פארשלאג איז, אזוי ווי עס דרייען זיך דא פילע טאלאנטפולע און ערפארענע שרייבער, טראכט איך אז מען זאל אנהייבן א פארמעסט פון שרייבעריי, וועלכע זאל לויפן אויף אזא אופן:

איינער הייבט אן צו באשרייבן א געשיכטע, נישט סתם א שיינע מעשה’לע מיט א מוסר השכל, נאר ענדישע א טיפע קאמפליצירטע געשיכטע און נאכן אפשרייבן דעם ערשטן קאפיטל צו וואס, געבט ער דאס איבער פאר א צווייטער פארצוזעצן און דער צווייטער דארף ווייטער שפינען דער שילדערונג פון וואו דער ערשטע האט זיך אפגעשטעלט און דאן פארט עס צום דריטן ביז עס פארמירט זיך א פולע, זעלבסטשטענדיגע, פארטיגע געשיכטע.

וואס זאגט איר דערצו? איר זענט גרייט? אדער בין איך דא אריינגעפאלן אין א וועטארין היים וואו נאר די מאנשאפט האט צוטריט צו דער הויף...

טאמער איז דא איינער וואס האט אן אינטערעסע אין דעם, זאל זיך ביטע דא מעלדן און מיר וועלן צוזאמען אויסארבעטן די דעטאלן און איינצעלעהייטן.

א גרויסן דאנק אייך, יושבי השטיבל ומבקרי בהיכלו.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר