א מנחה אין 770

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1432 מאל

א מנחה אין 770

שליחה דורך גאלד »

היינט האב איך צוליב געוויסע סיבות אפגעשטאט א באזוך אין די אפיסעס פון די ליבאוויטשער באוועגונג,
די אפיסעס פון ליבאוויטש, (עמטליכער נאמען מרכז לעניני חינוך) זענען אויף די שטאקן העכער דער 770 ביהמ"ד, אויף איסטערן פארקוויי אין קינגסטאן עוו.
דער ביהמ"ד איז אונטען האלב אונטער דער גראונד, צו אריינגיין אין ביהמ"ד מוז מען אראפ גיין א 6-7 שטיגן,
אונטערן ביהמ"ד איז דא נאך א שטאק א בעיסמענט דארט זענען די בתי כסאות, און נאך צימערן פאר די באדערפענישט פון ביהמ"ד,
קיין מקוה איז נישטא דארט,
די שטאקן העכער די ביהמ"ד ווערן געפירט דורך אן אנדערע גרופע ווי די גבאים פון ביהמ"ד אונטען,
דארט איז סטאנצינירט צענליגע אפיסעס וואס פירט אן אלע טעטיגקייטן פון חב"ד איבער די וועלט, בראש הרב יהודה קרינסקי מזכיר הרבי,
דער טיר וואס פירט צו די שטיגן ארויף צו די אפיסעס האט א עפענונג צו א גאלערי וואס דינט אלס א שטיקל עזרת נשים פאר די ביהמ"ד,

שטייענדיג ביי די טיר צו ארויפגיין צו די אפיסעס ווארטנדיג איינער זאל מיך אריינבאזן, הער איך ארויף דאס דאווענען מנחה פון אונטען,
מען ענדיגט די לעצטע קדיש נאך לדוד ה' אורי,
א קיבוץ נשים שטייען אין גאלערי און האלטן מיט דאס דאווענען
ווי נאר מ'ענדיגט דאווענען הערט זיך זיסע קעלעכלעך פון ילדי ישראל אויסשרייען:
יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך המשיח לעילאם ועד!!
והציבור עונה אחריו:
יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך המשיח לעילאם ועד!!
אזוי שלש פעמים, אין יעדעס מאל הייבט זיך דא טאן העכער און העכער,
אין די זעלביגע צייט שטייען די געזעמיל נשים שטילערהייט מיט די סידור ציגעדריקט צום פנים און פאר'דביקה'ט
נאך די שלש פעמים הכרזה יחי אדונינו,
לאזט מען זיך ארויס און א פייערדיגע רקידה פאר בערך 3 מינוט,
מיט די ניגון הידוע,
יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד,

ואח"כ נפרד הציבור בשלום לביתם,

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר