שרעק פון פליען אויף אן עראפלאן; איז עס באגרינדעט?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל

שרעק פון פליען אויף אן עראפלאן; איז עס באגרינדעט?

שליחה דורך זר זהב »

איך האב מורא פון א פליגער, דו אויך? איך פארשטיי נישט די מענטשן וואס האבן נישט מורא און גייען גלייכגילטיג ארויף כאילו זיי גייען דא אריין אין א קאר, און כאילו צו פליען 30,000 פיס הויעך איז עפעס נאטורליך. -- יעצט וועסטע מיר זאגן אז ס'דא מער קאר עקסידענטס... וועלעך דיר זאגן אז ס'דא מער פארוואונדעטע אין קאר עקסידענטס ווי אין עראפלאן קאטאסטראפעס... יו געט די הינט? פון א פליגער קומסטע ארויס אדער לעבעדיג אדער נישט, פון א קאר האסטע מער טשאנסן צו זיין אינדרויסן לעבעדיג.

און איך בין נישט אליין, איך האב 25 מיליאן אמעריקאנער אויף מיין זייט.
40% אמעריקאנער האבן עפעס א מורא צו פארן מיט א פליגער.

סטאטיסטיקס ווייזט (ליין דעם לינק, ס'אינטערעסאנט) אז איין זיץ פון יעדע 3- זיצן-רייע אויף א קאמערציאלע עראפלאן פארמאגט איין פאסאדזשיר וואס ציטערט אין
די הויזן... און וואלט זיך בעסער נישט געוואלט געפינען אויפ'ן פליגער!

פון די וואס האבן מורא פון א פליגער נעמט אויך אריין מענטשן וואס האבן מורא צו זיין איינגעשפארט א לאנגע צייט
אויף איין פלאץ. (קלאסטערפאביע)

פראפעסאר ראבערט באר לאכט אונדז אלע אויס, ער זאגט אין זיין ביך אז מיר זענען אלע אומראציאנאל מיט אונזער שרעק, דער פראפעסאר איז אליינס א פילאט. ער זאגט אז מיר האבן א גרעסערן טשאנס געשטויסן צו ווערן צום טויט דורך אן אייזעל ווי עפעס שלעכט זאל אונז געשען פון אן עראפלאן. די שאלה איז צי ער רעדט פון איינער וואס דרייט זיך ארום אין אן אייזל שטאל אדער מיינט ער סתם רענדאמלי אויף די גאסן.

מיר וועט דער פראפעסער נישט אפשרעקן, איך וועל ווייטער נישט פליען. און אויב איך וועל מוזן פליען וועט עס זיין מיט'ן זעלבן צוגאנג ווי מיין פאריגע נסיעה וואו איך האב זיך פשוט רעזיגנירט און זיך געגרייט פאר דאס ארגסטע.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר