אז די יאפאנעזער האבן א שוידערליכע היסטאריע פון ברוטאלע רציחות.
אנגעהויבן האט זיך עס ווען איך האב געלייענט די חודש (אדר) אין "דער בליץ" א ארטיקל ("אנטזאגט צו שטארבן"), פון א סאלדאט וואס איז אדורכגעגאנגען שבעה מדורי גיהנם ביי די צווייטע וועלט קריג אונטער די יאפאנעזער. נאר צו ליינען מיט וועלכע מאס ברוטאליטעט די יאפאנעזער האבן זיך באנומען מיט זייערע געפאנגענע איז א פחד. נאכן ליינען די ארטיקל האב איך אנגעהויבן זוכן אינפארמאציע און נישטערן אויפן געוועב, און עס איז מיר געווארן פינצטער פאר די אויגן צו ליינען וואספארא שוידערליכע מיטלען זיי האבן גענוצט צו פייניגן זייערע געפאנגענע.
עס איז באוואוסט אז די יאפאנעזער זענען געווען פאנאטישע קעמפער פאר זייער "עמפרואר", זייער א.ג. קעניג פאר וועמען מען איז גערן געגאנגען צום טויט. אלע ווייסן אז די אטאם באמבעס איז געווען קריטיש וויכטיג אפצושטעלן די זינלאזע מלחמה וואס די עקשנות'דיגע יאפאנעזער האבן נישט געהאלטן ביים אויפגעבן. געוויסע האבן רחמנות אויף די יאפאנעזער פארן אדורכמאכן דעם אטאם באמבע. אבער נאכן ליינען איבער זייערע רציחות, האלט איך אז מען האט זיי נאך צו ווייניג באשטראפט.
מיטן אויסנאם פון שנאת ישראל (יחי ההבדל...), האבן די יאפאנעזער נישט זיך וואס צו שעמען פון די גרויליגע פארברעכנס פון די נאציס ימ"ש. אויסער די שרעקליכע אטאקע אויף פוירל הארבאר וואס איז ידוע פאר יעדן, האבן די יאפאנעזער מלחמה געהאלטן און איינגענומען מערערע שטחים, ווי אין סינגאפאר, כינע, און נאך. די אלע געפאנגענע האבן פארלוירן יעדע מענטשליכע רעכט, און האבן געליטן אומבאשרייבליכע צרות אונטערן די אכזריות'דיגע יאפאנער רוצחים.
ביישפילן איז כולל, באגראבן מענטשן לעבעדיגערהייט, ארויסלייגן מענטשן נאקעט אין אייז קאלטע וועטער און זיי אנגיסן מיט קאלטע וואסער ביז זיי ווערן פארפרוירן צום טויט, אפהאקן אברים פון געפאנגענע אן זיי איינשלעפן, מאכן שווערע עקספערימענטן מיט זיי, שלעפן אין הייסע בהמה וואגאנען אדער טראקס פאר לאנגע טעג אן עסן און טרינקען און אן קיין שום מענטשליכע באדינונגען, אפילו אין די תפיסות זענען זיי באהאנדלט געווארן ערגער ווי בהמות אן די מינימאלע מענטשליכע געברויכן, ביטער שווערע צוואנגס ארבעט אונטער שוידערליכע אומשטענדן אויף מאגערע פארציעס רייז, און די ליסטע איז נאך ווייט פון פארטיג, וקצר היריעה מהכיל.
די יאפאנער ווערן אויך באשולדיגט אין קאנאבאליזם. ווען די סאלדאטן אויפן פראנט זענען געווען הונגעריג און נישט געהאט וואס צו עסן, האבן זיי ארויסגערופן איין געפאנגענעם און געמאכט אן 'על השחיטה' און געגעסן גריללד מענטשן פלייש צו דער זעט, רח"ל.
די יאפאנעזער האבן זיך שפעטער אנטשולדיגט פאר די וועלט פאר זייערע רציחות. אבער אנדערש ווי די דייטשן, זוכן זיי עס צו שטופן אונטערן קארפעט און ווי ווייניגער רעדן דערפון. ריגארדלעסס, א גרויסע טייל רציחות זענען דאקומענטירט, און וועט זיי לאזן לחרפה ולדראון עולם. מערקווירדיג אז דייטשע קארס נוצן ווייניג מענטשן צוליב זייערע הילף פאר די מלחמה רציחות; אבער די יאפאנעזער אויטאס – ווי טאיאטע און האנדא – ווערן גאר אויסגעלויבט אלס גוט און שטארק, און מען נוצט זיי אן קיין שום געוויסנסביסן (הגם כ'בין נישט קלאר צי זיי האבן געהאט עפעס א שייכות צו די מלחמה, און ווי אלט די קאמפאניס זענען בכלל).