זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך הציץ ונפגע » זונטאג אפריל 07, 2013 9:37 am

עס איז א טיילווייזע, אויב נישט פולע, מיטאס. http://www.straightdope.com/columns/rea ... s-language
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 pm

איך זעה נישט אז יענער זאל עפעס מחדש זיין בנוגע לשון קודש, ובכל אופן שרייבט דאס דער פראנצויז בפירוש.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3593
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אפריל 07, 2013 5:35 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:אז ווען מען האט געגרינדעט די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא [1776] איז געווען א ערענסטע נידון אז אנשטאט ענגליש, די שפראך מיט וועלכע די פארהאסטע ענגלענדער האבן גערעדט, זאל די אפיציעלע שפראך פונעם לאנד זיין לשון הקודש!

די פרטים ארום דעם זענען נישט צו קלאר, יש אומרים אז בענזשאמין פרענקלין האט עס מציע געווען, עיין כאן, לויט איין לעגענדע האט נאר געפעהלט איין וואוט אין קאנגרעס עס זאל אריבערגיין.

François Jean de Beauvoir איז געווען א פראנצויזישער גענעראל וואס האט געקעמפט מיט וואשינגטאן קעגן די ענגלענדער און איז דערנאך שוין פארבליבן א נאנטער חבר מיט איהם, אין זיינע זכרונות פונעם קריג, געדרוקט אין 1786, שרייבט ער אזוי:

a number of people desired that, in the public interest, Hebrew should take the place of English. it was to be taught in the schools and used in all aspects of public life.

נאך א מזל. וואס וואלטן מיר געטון היינט ווען אמעריקע רעדט אויכעט "מאדערן היברו"? וואלטן די "משפחה", שעה טובה" און "בקהילה" געהאט א סאך גרעסערע צירקולאציע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » זונטאג אפריל 07, 2013 6:36 pm

אפשר וואלטן די שנה ראשונה אינגעלייט אליין געקענט אראפגיין צום פאוד סטעמפס אפיס... (אור נאט).
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3593
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 07, 2013 7:07 pm

אז ר' אהרן קוטלור האט געוואלט ר' שלמה גורן פאר אן איידעם...
http://bshch.blogspot.com/2013/04/blog-post_7.html
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8446 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 07, 2013 7:36 pm

Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8446 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אפריל 07, 2013 10:03 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:אפשר וואלטן די שנה ראשונה אינגעלייט אליין געקענט אראפגיין צום פאוד סטעמפס אפיס... (אור נאט).

און אין ארץ ישראל גייען זיי דען יא אראפ צום (דארטיגן) פוד סטעמפס אפיס. ביטוח לאומי. מ'שיקט די רביצין.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 30, 2013 11:06 am

אז האלאנד פארמאגט א קעניג\קעניגן.

היינט אין די נייעס: אמסטערדאם איז אנגעטוהן אין יום טוב'דיגע קליידער, היינט פייערט מען די איינשווערינג פון א נייע קעניג, ווילעם אלקסנדר. איבערנעמענדיג די לייצעס פון זיין מאמע די קעניגן ביטריקס, גייט די גאנצע אחריות איבער צו עם יעצט.

די מאנאכיע איז נישט מער ווי סימבאליש, אבער מיט דעם אלעם פארשטיי איך נישט ווי אזוי אזא אפענע לאנד, פון די ליבעראלסטע לענדער בנוגע דראגס, פראסטיטושן, געי רעכטן, אסיסטעד סואיסייד, און אבארשען, זאל זיין אזוי צוריקגעשטאנען און נאך האבן א מאנארך.

די BBC האט היינט אינטערוויוד די פרעמיער פון האלאנד, און ער פרעגט עם ווי אזוי מאכט דאס סענס, אז יעדע קינד אין האלאנד קען חלומ'ן פון ווערן פרעמיער איין טאג, אבער ווייסט אז ער וועט קיינמאל נישט ווערן קעניג, וואס דאס איז עקסקלוסיוו צו די בלויע בלוט פונעם קעניגליכן פאמיליע. האט ער עם געענטפערט אז דאס איז אן אינטערעסאנטע פאראדאקס, אבער "somehow it fits", במחילת כבודו פארשטיי איך נישט די תירוץ, איך זע אז סאמהאו פיט עס, און רוב עולם דארט שטיצט עס, אבער טאקע ווי אזוי פיט עס? דאס איז דאך די שאלה.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

הודעהדורך טעפל » דינסטאג אפריל 30, 2013 11:23 am

זייער פשוט, ווילאנג די קעניגרייך פייניגט נישט קיינעם און צווינגט נישט גארנישט און ברענגט נאר אריין טוריזעם געלט מיט אינטערעסאנטקייט, פארוואס נישט??
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 30, 2013 11:27 am

געפילטע פיש האט געשריבן:אז יעדע קינד אין האלאנד קען חלומ'ן פון ווערן פרעמיער איין טאג, אבער ווייסט אז ער וועט קיינמאל נישט ווערן קעניג
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

הודעהדורך גנדי » דינסטאג מאי 07, 2013 1:51 am

אז חזן יוסעלע ראזענבלאט ע"ה האט געשפילט אין א מאווי...

Rosenblatt’s fame extended beyond the Jewish world earning him large concert fees, a singing role in the 1927 film The Jazz Singer, and the sobriquet “The Jewish Caruso”

http://kingofcantors.org/?page_id=12

http://en.wikipedia.org/wiki/The_Jazz_S ... 27_film%29
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1436 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דינסטאג מאי 07, 2013 2:08 am

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3593
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

הודעהדורך שלשלת » דינסטאג מאי 07, 2013 5:25 am

טעפל האט געשריבן:זייער פשוט, ווילאנג די קעניגרייך פייניגט נישט קיינעם און צווינגט נישט גארנישט און ברענגט נאר אריין טוריזעם געלט מיט אינטערעסאנטקייט, פארוואס נישט??

אין קורצן וואס דו זאגסט - ס'איז א פעמילי ביזנעס. פינטל.
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
באניצער אוואטאר
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 284
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » פרייטאג מאי 10, 2013 1:09 am

עס האט שוין יעדער מן הסתם געהערט מארטין לוטער קינג'ס דרשה, ביי 'דער גרויסער מארטש אויף וואשינגטאן' אין אוגוסט פון 63', 'I Have a Dream' - וועלכער ווערט פארעכענט ווי די געלונגען'סטע דרשה פונעם 20'סטן יאהר-הונדערט.

אויפן וידיאו קען מען זעהן ווי די ערשטע חלק דרשה ליינט ער ארויס פון א צעטל, און ביי 12:00 גייט ער אף-סקריפט און הייבט אהן רעדן פון אויסעווייניג טאקע די מערסט-באוואוסטע חלק I Have a Dream.

קלערענס דזאונס, קינג'ס דרשה שרייבער און מחבר פון Behind the Dream: The Making of the Speech that Transformed a Nation, וועלכער נעמט קרעדיט פאר די ערשטע האלב פון די דרשה, זאגט אז אויפן סטעידזש אונטער קינג איז געשטאנען די וועלט-בארימטע שווארצע זינגערין Mahalia Jackson, און אינמיטן די דרשה האט זי אויסגעשריגן צו קינג '!Tell them about the dream, Martin, tell them about the dream', און דאס איז געווען ווען קינג האט מחליט געווען צו גיין אף-סקריפט.

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3593
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

ענטפער צו ונבנתה העיר

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג מאי 10, 2013 10:46 am

ייש"כ פאר ברענגען דעם אינטרעסאנטן קליפ פון מארטין לוטהער קינג'ס דרשה. ער איז געווען אן אויסגעצייכנטער רעדנער מיט שטארקע פאעטישע נייגונגען. ס'א חידוש אז מ'האט דא נישט אנגעזעען ראביי אברהם יהושע העשל, וועלכער איז מיט געגאנגען אויף א סאך מארטשעס מיט איהם. רעוו. דזשעסי דזשעקסאן איז אויכעט געווען איינער פון זיינע הויפט אונטערשמייסערס. אבער ס'זענען געווען אין זיין מחנה א סאך אמת'דיג געפערליכע אנטיסעמיטן. מ'האט איהם (קינג'ן) אמאל געפרעגט --אין אנבליק פון דעם פאקט אז א סאך ליבעראלע אידן האבן שטארק געארבעט פאר סיוויל רייטס-- צו ס'איז פארהאן אנטיסעמיטיזם אין זיין פארטיי האט ער מודה געווען אז עטליכע גרויסע מאכערס (נישט דזשעקסאן) ביי איהם זענען שונאי ישראל. דער שמוציגער ראט שארפטאן ימ"ש איז נאך דאמאלס געווען אין די דייפערס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 10, 2013 5:44 pm

איך בין מודה, מיט בושה, אז איך האב נישט געוואוסט ביז (עטליכע חדשים צוריק) פון דעם ניגון "ירושלים של זהב", כאטש דעם סלוגן איז שוין באקאנט פון חז"ל.
וויקי האט א בלאט אויף דעם, און זאגט צווישען אנדערע:
השיר ...נחשב לאחד השירים האהובים ביותר בקרב הציבור הישראלי והיהודי העולמי. השיר הוא גם אחד מהפזמונים הישראליים המפורסמים בעולם כולו, לצד "הללויה" ו"הבה נגילה".

דא, שירונט, קען מען הערן און זעהן

אויר הרים צלול כיין
וריח אורנים
נישא ברוח הערביים
עם קול פעמונים.

ובתרדמת אילן ואבן
שבויה בחלומה
העיר אשר בדד יושבת
ובליבה חומה

ירושלים של זהב
ושל נחושת ושל אור
הלא לכל שירייך
אני כינור
ירושלים של זהב
ושל נחושת ושל אור
הלא לכל שירייך
אני כינור


איכה יבשו בורות המים
כיכר השוק ריקה
ואין פוקד את הר הבית
בעיר העתיקה.

ובמערות אשר בסלע
מייללות רוחות
ואין יורד אל ים המלח
בדרך יריחו.

ירושלים של זהב...


אך בבואי היום לשיר לך
ולך לקשור כתרים
קטונתי מצעיר בנייך
ומאחרון המשוררים.

כי שמך צורב את השפתיים
כנשיקת שרף
אם אשכחך ירושלים
אשר כולה זהב

ירושלים של זהב...

חזרנו אל בורות המים
לשוק ולכיכר
שופר קורא בהר הבית
בעיר העתיקה.

ובמערות אשר בסלע
אלפי שמשות זורחות
נשוב נרד אל ים המלח
בדרך יריחו.

ירושלים של זהב...

Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8446 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מוצ"ש מאי 11, 2013 11:15 pm

נישט געוואוסט ביז היינט איבער דעם זייטל.
http://www.rabbimintz.com/

זיין קורצע פרופייל, רעדט ממש צו מיין נשמה

Adam Mintz, a Modern Orthodox rabbi in New York City, believes that the greatest challenge facing twenty-first century Jewry is the creation of educated Jews who understand that the key to the Jewish future is the appreciation of the Jewish past. Toward this goal, Rabbi Mintz teaches Jewish history and thought in a variety of venues. He has taught at Rutgers University, Brooklyn College, Hunter College and is presently an adjunct professor at Queens College.


איז איינער אין-טאטש מיט אים?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8446 מאל

ענטפער צו קאווע טרינקער

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש מאי 11, 2013 11:51 pm

ס'איז נישט אזוי ווייט דער שיר "ירושלים של זהב" ווי דער/די וואס האט עס געזונגען. עופרה חזה. א תימנ'ער מיידעלע פון די ארימע שכונה וועלכע איז נאכדעם געווארן א סופערסטאר, געווינענדיג דעם "יוראוויזשאן" פארמעסט. צוזאמען מיט די הצלחה איז אויך געקומען די אלע איבלען פון די גוי'אישע וועלט. דראגס און א לעבן פון הפקירות. צום סוף איז זי געשטארבן יונגערהייט פון עידס, ר"ל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג מאי 12, 2013 12:43 am

יא, כ'האב לעצטע וואך געזעהן א סייט ספעיצעל אויף איר http://www.haza.co.il/
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8446 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג מאי 12, 2013 8:54 am

ווי קומט דא אריין דער חזה? (אז זי איז געווען א מיידל מן הסתם האט זי געהאט א חזה) , דער ניגון איז וועלט באקאנט און איז פון נעמי שמר.

אגב ,דער באקאנטער ולירושלים עירך איז געווען דער פרומער ענטפער אויף דעם ניגון.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5626
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2536 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג מאי 12, 2013 10:10 am

בערל אונזער בעל עגלה האט לכאורה געמיינט על דרך אין הניגון נקראת אלא על מי שמזמרה.
וועלעכע באקאנטע ולירושלים עירך רעדט איר?
וואס איז די ענטפער, אויף וועלעכע קשיא?
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8446 מאל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג מאי 12, 2013 10:15 am

berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז נישט אזוי ווייט דער שיר "ירושלים של זהב" ווי דער/די וואס האט עס געזונגען. עופרה חזה. א תימנ'ער מיידעלע פון די ארימע שכונה וועלכע איז נאכדעם געווארן א סופערסטאר, געווינענדיג דעם "יוראוויזשאן" פארמעסט. צוזאמען מיט די הצלחה איז אויך געקומען די אלע איבלען פון די גוי'אישע וועלט. דראגס און א לעבן פון הפקירות. צום סוף איז זי געשטארבן יונגערהייט פון עידס, ר"ל.

עס איז גראדע אנגענומען אז איר מאן האט איר אנגעשטעקט מיט עידס.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3714 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג מאי 12, 2013 10:18 am

שוין איך זעה ביסט א שוואכע מבין אין נגינה.
אפשר הייסט עס 'ניגון אל על' ע"ש די לאנגע יארן וואס זיי פלעגן עס שפילן ביים לאנדן אין ישראל, וואס איך דרינג ארויס פון דיין ביז היינטיגע אומוויסנשאפט איז אז ביסט נאכנישט געפארן מיט אל על קיין ישראל.

ווילסט איך זאל דיר אפזינגן דעם ולירושלים עירך? די מעשה גייט אז דער מלחין (דאכט זיך רב"צ שענקער ני"ו) איז געפארן מיט א פליגער תיכף נאך די זעקס טאגיגע קריג און דעמאלס האט יעדער גערעש'ט מיט דעם ירושלים של זהב פון נעמי שמר, האט ער מחבר זיין ניגון אלס פרומע תשובה דערויף. פארשטייסט שוין אדער נאכאלץ נישט?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5626
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2536 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג מאי 19, 2013 8:48 pm

נישט געוואוסט אז דער ניגון אויף "והוא קלי, וחי גואלי" איז פון ברוך לעווין.
כ'האב דאס געהערט אויף ענגלישע ווערטער אמאל.
זייער ווארימע ניגון.
ער איז אויך דער מחבר פון "וזכני לגדל.." זייער שיין.
http://www.youtube.com/watch?v=_UgNrNRx2zs
http://www.youtube.com/watch?v=4X8bnbB474w
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8446 מאל

הודעהדורך הערשי » זונטאג מאי 19, 2013 10:43 pm

די ליד איז ארגינעל געזינגען געווארן נישט דורך חזה'ן, נאר דורך שולי נתן, א דאן יונגע אומבאקאנטע זיגערין. כ'וויל נישט מכשיל זיין די ציבור יראים, אבער די פרויען קענען זוכן די ארגינעל אויף יוטוב. נתן איז דאן געשטיגען אין נאמען און אויסגאוואקסן א גרויסע זינגערין, לשמחת הוריה ומוריה.
די מעשה גייט אז שמר האט פארפאסט די ליד לכבוד א ירושלים קאנצערט אין תשכ"ז. די שטאט איז נאך דאן געווען צעטיילט, און אויפדעם ארויף זינגט זי "העיר אשר בדד יושבת ובליבה חומה". למעשה, אין געציילטע וואכן איז פארגעקומען די זעקס-טאגיגע מלחמה, און ס'געווען "הכותל בידינו". האט דאך שוין נישט געהאט קיין פשט צו קלאגן. איז שמר צוריק צום שרייב טיש און במקביל די סטאנזאס

"איכה יבשו בורות המים
כיכר השוק ריקה
ואין פוקד את הר הבית
בעיר העתיקה.

ובמערות אשר בסלע
מייללות רוחות
ואין יורד אל ים המלח
בדרך יריחו"


האט זי מוסיף געווען

"חזרנו אל בורות המים
לשוק ולכיכר
שופר קורא בהר הבית
בעיר העתיקה.

ובמערות אשר בסלע
אלפי שמשות זורחות
נשוב נרד אל ים המלח
בדרך יריחו."


מ'וואלט געקענט מהפך זיין יגון לשמחה, אבער משום חביבות השיר האט מען כולל געווען ביידע נוסחאות, ברכנו כולנו כאחד יחד.

פריי פון קאנטראווערסיע איז דאס אבער נישט געווען. מאנכע האבן גע'טענה'ט, "וואס הייסט כיכר השוק ריקה? די ירדנ'ער דרייען זיך דאך דארט. ירדנ'ער זענען עפעס נישט קיין מענטשן? אינם מן המנין?" אזוי גייט עס אין מיטלן מזרח. אפילו א פאלקס ליד איז אינטערנאציאנעלע פאליטיק. עכ"פ, שמר איז אבער נישט שולדיג געבליבן. משל למה הדבר דומה, למלך שמרדה בו אשתו, גייט ער צום פסיכיאטאר, און ער בארואיגט אים, מנע קולך מבכי, זי איז נישט איינזאם...

אין די עפיק פילם "שינדלער'ס ליסטע" שפילט די סקאור "אויפן פריפיטשעק" און "ירושלים של זהב" בשעת א ליקווידירונג. איז געהערט געווארן קריטיק אויפן אנאכראניזם. הלמאי, די ליד איז פארפאסט געווארן הערשט אין תשכ"ז. נו מילא, קיינער מיינט דאך נישט אז מ'האט באמת באשטעלט קלעזמער צו שפילן ווארימע ניגונים בשעת די נאציס האבן געטריבן. נאר ס'האט געקלונגען עטוואס קאמיש צו ישראלישע אויערן, און קאמעדיע איז דאך חזיר טריף אין א טראגעדיע. אין די העברעאישע ווערסיע שפילט טאקע אן אנדער ליד.

ס'מיר א חידוש אז די שלומי אמוני האבן געזוכט צו פארפאסן אן "ענטפער" ליד, זה לעומת זה. בסך הכל זינגט דאך דאס ליד בשבחה של ירושלים, און טאקע מיט אן ענוות'דיגען יראת הכבוד'יגע צוגאנג כראוי וכיאות "אך בבואי לשיר לך, קטנתי מצעיר בנייך. פארוואס מיינען די פרומע אז זיי מוזן אלס אפענטפערן.

מ'קען טרעפן מקורות אויף וויקיפידיע
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... 7%94%D7%91
http://en.wikipedia.org/wiki/Jerusalem_of_Gold
http://en.wikipedia.org/wiki/Schindler% ... troversies
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 346
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:27 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 960 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט