זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 06, 2013 10:29 pm

איך פארשטיי פשוט נישט וואס ער מיינט. צו בקיצור פאר מיר
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8496 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך פעברואר 06, 2013 10:44 pm

ראשעקאל האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז די גמרא שבת קט"ז ע"ב [בשם א פילוסוף] ברענגט צוויי ציטוטים פונעם ברית החדשה, איינס פון ספר מתי, און איינס פון אונגליון.

א"ל מן יומא דגליתון מארעכון איתנטלית אורייתא דמשה ואיתיהיבת ספרא אחריתי וכתיב ביה ברא וברתא כחדא ירתון... אמר להו שפילית לסיפיה דספרא וכתב ביה אנא לא למיפחת מן אורייתא דמשה אתיתי ולא לאוספי על אורייתא דמשה אתיתי


דא זעה איך גאר א גירסא אז עס שטייט בפירוש, מיום שגליתם מארצכם בטלה תורת משה והתקבלה עוון גיליון.

מ'טרעפט נאך די ציטיטים אין די היינטיגע ברית החדשה?

אַל תַּחְשְׁבוּ שֶׁבָּאתִי לְבַטֵּל אֶת הַתּוֹרָה אוֹ אֶת הַנְּבִיאִים; לֹא בָּאתִי לְבַטֵּל כִּי אִם לְקַיֵּם. (מתי ה י"ז).
די ערשטע מימרא פון ברא וברתא ירתון כחדא האב איך נישט געטראפן.
אגב, דער שם הכולל פאר די פיר ספרים פון די תלמידים פון ישו איז אוונגליון (gospels) ס'איז נישט קיין עקסטערע ספר.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8090 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 06, 2013 10:53 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:אז דבורה מינקת רבקה איז געווען רבקה׳ס מאמע

דו קענסט מיין שוועסטער און מיין מאמע ביים נאמען?

נישט געוויסט אז לבן האט א ניק דא.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7526 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך פעברואר 06, 2013 11:28 pm

יאיר האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז די גמרא שבת קט"ז ע"ב [בשם א פילוסוף] ברענגט צוויי ציטוטים פונעם ברית החדשה, איינס פון ספר מתי, און איינס פון אונגליון.

א"ל מן יומא דגליתון מארעכון איתנטלית אורייתא דמשה ואיתיהיבת ספרא אחריתי וכתיב ביה ברא וברתא כחדא ירתון... אמר להו שפילית לסיפיה דספרא וכתב ביה אנא לא למיפחת מן אורייתא דמשה אתיתי ולא לאוספי על אורייתא דמשה אתיתי


דא זעה איך גאר א גירסא אז עס שטייט בפירוש, מיום שגליתם מארצכם בטלה תורת משה והתקבלה עוון גיליון.

מ'טרעפט נאך די ציטיטים אין די היינטיגע ברית החדשה?

אַל תַּחְשְׁבוּ שֶׁבָּאתִי לְבַטֵּל אֶת הַתּוֹרָה אוֹ אֶת הַנְּבִיאִים; לֹא בָּאתִי לְבַטֵּל כִּי אִם לְקַיֵּם. (מתי ה י"ז).
די ערשטע מימרא פון ברא וברתא ירתון כחדא האב איך נישט געטראפן.
אגב, דער שם הכולל פאר די פיר ספרים פון די תלמידים פון ישו איז אוונגליון (gospels) ס'איז נישט קיין עקסטערע ספר.

איך מיין אז דער ציטוט פון בן ובת מוז נישט זיין מילולי, ער זאגט אויך אז אין אונזער תורה שטייט לא ירתון כחדא, און דאס איז אויך נישט קיין ציטוט מילולי. קען זיין סאיז גענוג אז סדא אזא משמעות אדער אפילו בעל פה.

אבער פון וואו ווייסט איר אז דער ספר האט א נאמען און עקזעסטירט? אונזער הייליגער ארטסקרול מאכט זיך גארנישט וויסענדיג פון דעם...
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3871
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6040 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך פעברואר 06, 2013 11:32 pm

איך האב נאכגעזוכט אלע פלעצער וואו ער רעדט וועגן ירושה און איך זע נישט דערמאנט קיין ווארט וועגן ירושת נכסים. נאר וועגן גייסטיגע ירושה. בכלל איז כמעט נישט דא קיין הלכות אין ברית חדשה. עס איז מער מסתבר אז דער מין האט זיך דאס אויסגעטראכט, פונקט ווי מתי און לוקוס און אלע זיינע תלמידים.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8090 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך פעברואר 06, 2013 11:38 pm

למעשה ווייסען מיר אז די שאלה צו אותו האיש איז געקומען מבטל זיין מצוות אדער נישט און די סתירות און אומקלארקייט ואוס איז דא אין זיינע ווערטער איבער דעם איז געווען איינע פון די גרויסע שאלות וויכוחים ביי די ערשטע קריסטן, וואס זיי רופט די גמרא אסאך מאל אן מינים, און איז עד היום הזה פון די פארפלאנטערסיטע שאלות אין יסודות הנצרות. פאול האט געטענהט אז גוים מוזען נישט מקיים זיין מצוות, אנדערע האבען זיך געדונגען אויף עם, און יעדער האט זיך געברענגט ראיות מט פסוקים מיט חזיונות וכו'. ממילא שטימט גוט דאס וואס די גמרא מאכט דא חוזק פון דעם אז א טאג זאגט ער אזוי און א טאג טרעפט ער א שטיקל פארקערט אלץ לויט ווי די נגיעות זיינע ארבעטן.. (אויך פאולוס איז געווען בעיקר וועגן די נגיעה זיינע אז ער האט געוואלט מקרב זיין גוים).
דער ספעציפישע הלכה קען זיין שטייט נישט נאר לפי דער צד אז בטלו המצוות קומט ממילא אויס אזוי. אויך קען זיין סגעווען אנדערע כתבים ומסורות בשמו וואס מיר האבן נישט היינט כידוע.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3871
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6040 מאל

יצרא דבמת יחיד

הודעהדורך משכיל » דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 2:20 pm

חז"ל מוסרים לנו במסכת יומא סט. על מאבקם של אנשי כנסת הגדולה נגד יצרא דעבודה זרה, שגרם לחורבן האומה אולם בהמשך לנאמר שם נראה שקיים עוד יצר מחריב והורס והוא יצרא דבמת יחיד, שכל חוג "בונה לו במה לעצמו" למרות שהבמות נאסרו ועל השוחט ומעלה בחוץ, מחוץ למשכן הכללי נאמר ""דם שפך" שהישוותה אותו התורה לרוצח הואיל והורס הוא את אחדות האומה,י
והנה הצד השוה שבאבות נזיקין אלו, זהו החורבן וההרס, אלא שנחלקו בשטחי פעולתם יצרא דעבודה זרה פעל בהמון הכללי, ויצרא דבמת יחיד פעל בחוג היראים עובדי ה' ,י
וכמו שאנשי כנסת הגדולה בקשו והתפללו על ביטול יצרא דעבודה זרה, כך עלינו להמשיך ולהתפלל שנזכה לביטול יצרא דבמת יחיד,י
מועדי הראי"ה
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 2:28 pm

לעיקוואד האט געשריבן:למעשה ווייסען מיר אז די שאלה צו אותו האיש איז געקומען מבטל זיין מצוות אדער נישט און די סתירות און אומקלארקייט ואוס איז דא אין זיינע ווערטער איבער דעם איז געווען איינע פון די גרויסע שאלות וויכוחים ביי די ערשטע קריסטן, וואס זיי רופט די גמרא אסאך מאל אן מינים, און איז עד היום הזה פון די פארפלאנטערסיטע שאלות אין יסודות הנצרות. פאול האט געטענהט אז גוים מוזען נישט מקיים זיין מצוות, אנדערע האבען זיך געדונגען אויף עם, און יעדער האט זיך געברענגט ראיות מט פסוקים מיט חזיונות וכו'. ממילא שטימט גוט דאס וואס די גמרא מאכט דא חוזק פון דעם אז א טאג זאגט ער אזוי און א טאג טרעפט ער א שטיקל פארקערט אלץ לויט ווי די נגיעות זיינע ארבעטן.. (אויך פאולוס איז געווען בעיקר וועגן די נגיעה זיינע אז ער האט געוואלט מקרב זיין גוים).
דער ספעציפישע הלכה קען זיין שטייט נישט נאר לפי דער צד אז בטלו המצוות קומט ממילא אויס אזוי. אויך קען זיין סגעווען אנדערע כתבים ומסורות בשמו וואס מיר האבן נישט היינט כידוע.

די גמ' זאגט אין מס' סנהדרין "תרי ישו הוו" אז ס'איז געווען צוויי אנדערע מענטשן וואס זענען אנגערופן געווארן "ישו" און זיי האבן געלעבט (בערך) 150 יאר אפגעטיילט. נאר ביידע האבן אנגעפיהרט רעוואלוציעס אין יודישקייט. ממילא קען זיין אז איינער האט געזאגט געוויסע זאכן און מ'האט עס נאכגעזאגט בשם פון דעם צווייטן. די גאנצע קריסטליכע "תורה" איז שטארק קאנפיוז'ד איבער די אללע מאמרים, מנהגים און "נסים" וואס זייער ישו האט אלץ געטון. למשל. זיי האבן א לעגענדע וואס איך האלט אז זיי האבן נאכגעקאפיעט דעם געדאנק פון אונז. די מעשה'לע גייט בערך אזוי: זייער "רבי" (יאשקע) איז געקומען אין א שטאט דרשנ'ען אין א שבת און ס'איז געווען זייער א גרויסער עולם. דארט איז אויך געווען א פאראליזירטער מענטש וואס האט זייער משתוקק געווען צו הערן די דרשה און מ'האט איהם נישט געקענט א דורך שטופן דורך די מענטשן. האבן זיי אויפגעבראכן דעם דאך און אריינגעלייגט דעם מענטש נאנט צו יאשקע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13304
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8508 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:32 am

היינט האביך געזעהן ווי עס הענגט אויפן וואנט אז זייגער וואס אנטשטאט אז יעדע סעקונדע זאל דער סעקונדע-ווייזער'ל געבן א טאנץ צום נעקסטן סעקונדע, פארט ער אין א שטענדיגע תנועה וואס דויערט א סעקונדע צו פארן פון איין סעקונדע-מארק צום צווייטען.

האט עס מיר געמאכט קלערן, כדי א זייגער זאל אנהאלטן די פונקטליכע צייט דארף די סעקונדע-האנט זיך דרייען די גאנצע צייט מיט די זעלבע ספיד [און ער דרייעט די אנדערע צוויי הענטלעך, כידוע], אויב אזוי וואלט א וואנט-זייגער געדארפט פארלירן צייט יעדע מאהל דער ווייזער'ל גייט פון 6 צו 12, ווייל דעמאלט'ס דארף ער זיך שלאגן קעגן גראוויטי, ומתחילה חשבתי אז אפשר אויפן וועג אראפ פון 12 צו 6 באקומט ער צוריק וואס ער האט פארלוירן, אבער אזא זייגער האט מיר אויסגעזעהן אביסל צו בחור'יש...

און דאן איז דער עפל געפאלן, אז מען באטראכט א זייגער זעהט מען אז די סעקונדע-ווייזער'ל האט אייביג אזא וויידל אויף די אנדערע זייט פון די שרויף, עס איז טאקע קורצער אבער עס איז אויך ברייטער [ולפעמים כעין באלי], ממילא קען גאר זיין אז די חלק וואס הענגט פון די אנדערע זייט וועגט גענוי ווי די ווייזער'ל, וואס גיבט עס א קאונטער בעלענס.

קען זיין אז דאס אלעס איז שטותי שטותים, אפשר קענען אונזערע חכמים יודעי העתי"ם עס קלאר מאכן.
בייגעלייגטע פיילס
imgres.jpg
imgres.jpg (8.83 KiB) געזען געווארן 2448 מאל
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3653
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7304 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:39 am

פארשטיי איך נישט פונקטליך. א בעטערי קען זיך נישט שלאגן מיט גראוויטי? פילייכט ארבעט דער בעטערי אויפ'ן וועג ארויף, שווערער, ווי אויפ'ן וועג אראפ.
וואס איך טראכט יא איז: ווען דער בעטערי ווערט אפגעשוואכט, אז דער ווייזערל קען זיך שוין נישט שלאגן מיט די גראוויטי, צו דאן וועט אים זיין עק העלפן מיט באלאנס אזוי אז די בעטערי זאל לענגער אנציעהן מחמת הטבע און נישט מחמת איר עלעקטעראנישע קראפט.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2808 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:49 am

אז גאט האט געמאכט יוסף הצדיק פאר א סרוס כדי ער זאל זיך קענען מתגבר זיין אויף אשת פוטיפר נסיון.
איי אסנת בת פוטיפרע?
גאט האט אים עס תיכף דערנאך צוריקגעגעבן!
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2808 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:50 am

טאמבל סאס האט געשריבן:פארשטיי איך נישט פונקטליך. א בעטערי קען זיך נישט שלאגן מיט גראוויטי? פילייכט ארבעט דער בעטערי אויפ'ן וועג ארויף, שווערער, ווי אויפ'ן וועג אראפ.

איך וואלט פארשטאנען אז די מאטאר גיבט ארויס די זעלבע מאס ענערגיע די גאנצע צייט, ממילא דארף עס איהם נעמען לענגער אויפן וועג ארויף.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3653
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7304 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:55 am

טעפל האט געשריבן:
גוטזאגער האט געשריבן:אבער א מענטש וואס האט א שטוב מיט קינדער קע"ה קען נישט פארשטיין די צער פון איינער וואס איז ל"ע קינדערלאז און בפרט א רבי א מנהיג וואס ער ווייסט אז לאחר מאה ועשרים וועט נישט זיין איינער וואס זאל איבער נעמען זיין פלאץ און זיין חסידות וועט מעגליך צופאלען און מען וועט אינגאנצען פארגעסן פון אים איז זיין צער אומבאשרייבליך

סאטמערע רב האט געהאט אמאל א שטוב מיט קינדער, ניין? מיטן צווייטען האלב ביסטו גערעכט....

וואס איז אינטערעסאנט אז די 5 גרעסטע מנהיגים פון כלל ישראל (אן פוגע בכבוד זיין פון די אנדערע) האבן נישט געהאט קיין זרע של קיימא.
סאטמאר רבי
דער לובאוויטשער
בעלזא רב
בית ישראל
חזון איש
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:58 am

זר זהב האט געשריבן:ר' משה פיינשטיין איז געווען אינסטרומענטאל אין גרינדען דעם ציוניסטיש'ן רעכט געשטימטן-מאדערן אמעריקאנעזירטן דזשואיש פרעסס צייטונג.


רבי משה האט מעיד געווען אויף זיך אליינס אז מימיו האט ער נישט אריינגעקיקט אין א צייטונג
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:11 am

.
בייגעלייגטע פיילס
R Moshe.jpg
R Moshe.jpg (87.78 KiB) געזען געווארן 2422 מאל
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3653
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7304 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:21 am

וואו!! האב איך עס געהערט איש מפי איש פונעם ערשטן שקרן (ח״ו נישט רבי משה)
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

הודעהדורך יאנקל » מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:34 am

ונבנתה, ברענג דעם מקור (זע דארטן נאך שיינע פרטים):
viewtopic.php?p=895#p895
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3767 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:42 am

אה, שכוח יאנקל, בשעתו האביך אראפגענומען דעם בילד, און יעצט האביך נישט געטראפן פון וואו.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3653
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7304 מאל

הודעהדורך sunbar » מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:21 am

ממי_שאמרו האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:
גוטזאגער האט געשריבן:אבער א מענטש וואס האט א שטוב מיט קינדער קע"ה קען נישט פארשטיין די צער פון איינער וואס איז ל"ע קינדערלאז און בפרט א רבי א מנהיג וואס ער ווייסט אז לאחר מאה ועשרים וועט נישט זיין איינער וואס זאל איבער נעמען זיין פלאץ און זיין חסידות וועט מעגליך צופאלען און מען וועט אינגאנצען פארגעסן פון אים איז זיין צער אומבאשרייבליך

סאטמערע רב האט געהאט אמאל א שטוב מיט קינדער, ניין? מיטן צווייטען האלב ביסטו גערעכט....

וואס איז אינטערעסאנט אז די 5 גרעסטע מנהיגים פון כלל ישראל (אן פוגע בכבוד זיין פון די אנדערע) האבן נישט געהאט קיין זרע של קיימא.
סאטמאר רבי
דער לובאוויטשער
בעלזא רב
בית ישראל
חזון איש


צ'ל, זיי האבן נישט 'איבערגעלאזט'...
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 147 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:14 pm

לעיקוואד האט געשריבן:למעשה ווייסען מיר אז די שאלה צו אותו האיש איז געקומען מבטל זיין מצוות אדער נישט און די סתירות און אומקלארקייט ואוס איז דא אין זיינע ווערטער איבער דעם איז געווען איינע פון די גרויסע שאלות וויכוחים ביי די ערשטע קריסטן, וואס זיי רופט די גמרא אסאך מאל אן מינים, און איז עד היום הזה פון די פארפלאנטערסיטע שאלות אין יסודות הנצרות. פאול האט געטענהט אז גוים מוזען נישט מקיים זיין מצוות, אנדערע האבען זיך געדונגען אויף עם, און יעדער האט זיך געברענגט ראיות מט פסוקים מיט חזיונות וכו'. ממילא שטימט גוט דאס וואס די גמרא מאכט דא חוזק פון דעם אז א טאג זאגט ער אזוי און א טאג טרעפט ער א שטיקל פארקערט אלץ לויט ווי די נגיעות זיינע ארבעטן.. (אויך פאולוס איז געווען בעיקר וועגן די נגיעה זיינע אז ער האט געוואלט מקרב זיין גוים).
דער ספעציפישע הלכה קען זיין שטייט נישט נאר לפי דער צד אז בטלו המצוות קומט ממילא אויס אזוי. אויך קען זיין סגעווען אנדערע כתבים ומסורות בשמו וואס מיר האבן נישט היינט כידוע.

כבדרך אגב: די ראשי תיבות פון ווארט "מין" איז. "מ-אמין י-שו נ-וצרי".
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13304
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8508 מאל

הודעהדורך עסקן בדברים » פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:06 pm

It’s obvious that min is not an acronym. I saw a nice theory (don’t remember where) that they called themselves maaminim, so we shortened it to minim.
אמת מארץ תצמח
עסקן בדברים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 11:41 am
האט שוין געלייקט: 124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

הודעהדורך יאיר » פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:13 pm

"מין" מיינט אזא "סארט" איד, אין יענע צייטן האבן זיך געמערט פארשידענע כיתות און באוועגונגען, און מען האט אלעמען באטיטלט "מין", שפעטער איז עס געבליבן נאר אויף די אידישע קריסטן, ווייל זיי זענען געווען די גרעסטע און האבן זיך כסדר פארמערט, און נאך שפעטער איז עס געווארן א שם הכולל אויף קריסטן און אנדערע עובדי עבודה זרה און אפיקורסים.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8090 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:29 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:פארשטיי איך נישט פונקטליך. א בעטערי קען זיך נישט שלאגן מיט גראוויטי? פילייכט ארבעט דער בעטערי אויפ'ן וועג ארויף, שווערער, ווי אויפ'ן וועג אראפ.

איך וואלט פארשטאנען אז די מאטאר גיבט ארויס די זעלבע מאס ענערגיע די גאנצע צייט, ממילא דארף עס איהם נעמען לענגער אויפן וועג ארויף.

ס'איז פאקטיש אזוי. ווען א בעטערי ווערט אפגעשוואכט.די פונקטליכקייט פון זייגער פאלט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13304
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8508 מאל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 9:07 pm

האט איר געוויסט? ס'דא א ערליכע אידישע סטאנציע אויף 95.3 FM, מוזיק (גלי ירושלים) ס'קומט אריין גאנץ גוט. יעצט שפילן זיי נאר ספירה טעיפס. פריער האביך געהערט אהבה רבה... זייער שיין.

95.3 עפ עם
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4203 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » זונטאג אפריל 07, 2013 2:09 am

אז ווען מען האט געגרינדעט די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא [1776] איז געווען א ערענסטע נידון אז אנשטאט ענגליש, די שפראך מיט וועלכע די פארהאסטע ענגלענדער האבן גערעדט, זאל די אפיציעלע שפראך פונעם לאנד זיין לשון הקודש!

די פרטים ארום דעם זענען נישט צו קלאר, יש אומרים אז בענזשאמין פרענקלין האט עס מציע געווען, עיין כאן, לויט איין לעגענדע האט נאר געפעהלט איין וואוט אין קאנגרעס עס זאל אריבערגיין.

François Jean de Beauvoir איז געווען א פראנצויזישער גענעראל וואס האט געקעמפט מיט וואשינגטאן קעגן די ענגלענדער און איז דערנאך שוין פארבליבן א נאנטער חבר מיט איהם, אין זיינע זכרונות פונעם קריג, געדרוקט אין 1786, שרייבט ער אזוי:

a number of people desired that, in the public interest, Hebrew should take the place of English. it was to be taught in the schools and used in all aspects of public life.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3653
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7304 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און איין גאסט