די נאכט וואס איך האב אויפגעגעבן אויף מיין לעבן!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

די נאכט וואס איך האב אויפגעגעבן אויף מיין לעבן!

שליחה דורך פיקציע »

די נאכט וואס איך האב אויפגעגעבן אויף מיין לעבן!
סטיווען איטשיסען

איך פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס איך טייל יעצט מיט די עקסטרעם פערזענליכע געשיכטע מיט אייך, אויסער א שטילער קול אין מיר וואס שטיפט מיר דאס ארויסצולאזן, און איך ווער געפירט דורך די שטימע.

פאר געוויסע קען די ערציילונג זיין אומבאקוועם און עס קען פארארוזאכן אז אנדערע זאלן פילן אויפגעברויזט אויף מיר און דערפאר אנטשולדיג איך מיר.

איך וויל אייך פארציילן איבער די נאכט אין וועלכע איך האב מיין לעבן אויפגעגעבן.

דאס איז געווען אין יאר 1990, אויבערפלעכליך האט מיין לעבן אויסגעזען גאר גוט אלעס גייט ווי געשמירט, איך האב פארמאגט אסאך פריינד, אן אנשטענדיגע ארבעט, איך האב אביסל ארומגערייזט, געהאט א גוטן אויסזען, טאשן געלט האט מיר אויך קיינמאל געפעלט, בקיצור אלעס איז געווען פיין און וואויל. די זאך איז געווען אז איך בין אינגאנצן נישט געווען פרייליך און איך קען אין מיין לעבן נישט פארשטיין וואס עס האט מיר געמאכט אומצופרידן, וואס עס איז די שווערע געפיל וועלכע נעסטיגט אין מיר. איך פלעג פאנטאזירן איבער לייגן א סוף צו מיין לעבן, אייגענטליך האט מיר עס געגעבן גאר א גוטע געפיל צו וויסן אז עס ליגט אין מיינע הענט צו באשליסן מיין אויסוואל פון לעבן אין טויט.

איך האב כסדר פלאנירט וויאזוי עס איז די בעסטע צו ענדיגען מיין לעבן אויף א וועג עס זאל אויסזען ווי א עקסידענט כדי צו פארמינערן די ווייטאג פון מיינע משפחה מיטגלידער, מיין באליבסטע פאנטאזיע איז געווען זיך צו זען טאנצען פון א גאר הויכע געביידע צו דער ערד.

איין נאכט, נאכן פארענדיגען מיין שיפט אין די באר ווי איך האב געארבעט האב איך אהיימשפאצירט די 2 מייל וועג ביז מיין שטוב עס איז שפעט ארום 1:00 נאך האלב נאכט. די רעגן קען געהערט ווערן זיך אראפלאזן אויף די צעמענטענע גאסן. איך האב געמיטליך שפאצירט אין די גאס רעגן ליב האבענדיג צו שפירן די רעגן אויף מיין לייב. איך האב באמערקט אין די זייט א הונט'ל וועלכע האט שווער געהינקעט. ווען איך בין אנגעקומען נענטער האב איך באמערקט אז עס פארמאגט בלויז 3 פיס. אן קיין שום סיבה האב איך אנגהויבן צו וויינען אומקאנטראלירבאר ווי פון רחמנות אויף דעם נעבעכדיגן הונט'ל. איך האב דעם קומענדיגן טאג נישט געקענט אויפהערן טראכטן פון דעם הונט, איך האב זיך געווינדערט צוליב וואס בין איך געווארן אזוי אויפגעברויזט אויף דעם הונט. איך האב איינגעזען אז איך שפיר מיר ווי דעם הונט: אליין, פארלאזט, אויסגעקוועטשט אומפונקציאנירט און אן קיין פלאץ צו גיין.

עטליכע נעכט שפעטער האב איך באשלאסן אז די 'מאנטל פון לעבן' פאסט מער נישט אויף מיר און איך גיי עס אויסטאן אויף שטענדיג. איך האב געגריסט 'א גוטע נאכט' פאר מיין טאטע און מאמע, איך האב אנגערופן מיינע געשוויסטער זיי צו זאגן אז איך האב זיי ליעב. איך האב מיטגענומען 26 שטארקע שלאף פילן צו מיין שלאפצימער נאכן זאגן פאר מיין טאטן מיר נישט אויפצוועקן אינדערפרי צוליב וואס איך האב א טאג פריי פון די ארבעט. איך האב מיר געזעצט אויף מיין בעט מיט די טאבלעטן, א גלעזל מילך און געוויינט בשעת איך נעם איין באזונדער יעדן טאבלעט. איך האב געווען פאר מיין מאמען, ווי צובראכן איר הארץ גייט זיין, איך האב געוויינט פאר מיין טאטע צוליב וואס איך געדענק אז נאר איינמאל אין מיין לעבן האב איך אים פארגינען צו זאגן ווי שטארק איך האב אים ליב. איך האב געוויינט פאר מיינע געשוויסטער צו וועלכע איך האב זיך געבענקט און געוויסט אז זיי וועלן זיך זייער בענקן צו מיר. איך האב גענומען א 26 פילן און אראפגעלייגט מיין קאפ אויפן קושן צו שטארבן.
איך וויין אויך יעצט שרייבענדיג די שורות.



איך געדענק נישט פונקטליך ווען איך האב זיך אויפגעוועקט, איך בין געווען אין שפיטאל און צוויי פון מיינע חברים זענען דארט געווען מיט מיין טאטע מאמע און געשוויסטער. איך בין געווען אומבאוויסטזיניג, איך ווייס אמת'דיג נישט ווילאנג צוליב וואס איך האב זינט דאן קיינמאל נישט גערעדט מיט מיין משפחה איבער דעם.

אינדערפרי א טאג נאך וואס איך האב איינגענומען די פילן איז מיין טאטע אויפגעשטאנען צו די ארבעט ווי געווענליך. ער איז נישט געקומען מיר אויפוועקן אזויווי איך האב אים אנגעזאגט אז ער זאל נישט, אבער, ער האט געהערט א גערודער פון א שטארקן קלאפ ארום 5:00 צייט. ווי עס זעט אויס האב איך אראפגעטראסקעט פון בעט. די פאל און מיין טאטענס הערן - גלייב איך - האט געראטעוועט מיין לעבן.

ווען איך האב זיך ערוועקט אין שפיטאל איז די צימער געווען פיל מיט געוויין, פיל מיט שאלות און פיל מיט ערקלערונגען. די שפיטאל פסיכיאטערן איז צוגעקומען צו מיר און געפרעגט אויב איך נויטיג זיך אין הילף. איך האב איר געענטפערט אז איך ווייס וואס איך האב אפגעטון און איך גיי באזייטיגן מיין לעבן פראבלעמען.

איך האב געפילן פארשעמט, באשולדיגט, צושטורעמט און אויפגעברויזט אויף מיר זעלבסט פארן שטעלן מיין משפחה אין אזא שרעקליכע סיטואציע בלויז צוליב וואס איך האב נישט געהאט די שטארקייט אליין צו לעזן די פראבלעמען פון מיין לעבן.


איך האב נישט געשפירט ווי איך פאס אריין אין מיין יעצטיגן לעבן, מיט די חברים וועלכע איך האב, מיט די דזשאב, מיט אלעס. וואס האב איך געטון? איך האב אנגעהויבן פונדאסניי. איך האב איבערגעלאזט מיינע חברים אנערקענענדיג אז זיי זענען נישט קיין אמת'ע פריינד, איך האב געטוישט מיין ארבעט, איך האב געהויבן מיינע פעיגקייטן, מיינע פינאנצן אויסגעגראדט און זיך אריבערגעצויגן צו א נייעם געגענט. איך האב זינט דאן קיינמאל געקוקט אויף צוריק און איך בין שוין פון לאנג אויפן וועג זיך זעלבסט צו טרעפן און מיטיילן די ערפארונג מיט אנדערע.


די לעקציע פון די נאכט

גארנישט און איך מיין טאקע קיין שום זאך איז גענוג שלעכט אז דו זאלסט זיך דארפן נעמען דאס לעבן דערפאר. שטענדיג זענען פארהאן אפציעס און ווען שלעכט ווערט שלעכסטע, ווארף אלעס אראפ און הייב אן נאכאמאל פונדאסניי. אויב געפינסטו זיך ממש יעצט אין אזא מצב, ביטע גלייב מיר ווען איך זאג דיר אז די מצב גייט זיך פארבעסרן, און עס זענען פארהאן מענטשן וועלכע זענען דיר גרייט צו העלפן.

איך האב זיך דערלערנט מיטצוטיילן מיט אנדערע מיין ליבשאפט צו זיי, און זיי ארויסווייזן שעצונג.

איך האב זיך דערלערנט צו באמערקן ווען א צווייטער נויטיגט זיך אין הילף.

איך האב פריער דערמאנט די מאנטעל וועלע פאסט נישט אויף מיר, וואס איך האב איינגעזען ווען איך האב זיך ערוועקט אויפן שפיטאל בעט איז אז די מאנטעל קען ווערן ארומגעטוישט און איבערגענייעט מיר צו פאסן און איך דארף בכלל נישט פאסן צום מאנטל.

איך האב זיך נאך געלערענט פיל מער איבער די יארן זייט יענע נאכט און מיין לאנגיעריגע דעפרעסיע האט מיר איבערגעלאזט מיט איין החלטה - איך וועל טוישן מיין לעבן אז עס זאל מיר פאסן.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר