א נארמאלער מענטש אדער א Cool Guy?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמייכל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:05 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

א נארמאלער מענטש אדער א Cool Guy?

שליחה דורך שמייכל »

איך בין אלעמאל מסופק געווען איבער דאס וואס מ׳קען אפט הערן די חילוק וויאזוי פארשידענע מענטשן טוען באטיטלען די מין כאראקטער פון ׳א צוזאמענגעקליבענער נארמאלער מענטש׳ וואס אין די זעלבע צייט וועלן אים אנדערע אנרופן ׳א Cool guy' - ממה נפשך, איז ער סתם א מענטש וואס נעמט בלויז קעיר פון זיך, און גייט אלץ אנגעטוהן זויבער און מסודר דאן פארוואס רופסטו אים קאההל? איי וועסטו אפשר טענה׳ן אז ער גייט אנגעטוהן ׳צו שיין׳ איז די שאלה וואס דען? צושלאכעט? - וועסטו דאך אוודאי ענטפערן אז ס׳מוז אבער נישט זיין די ׳שענסטע׳ שיך אויפן מארקעט, וועל איך דיר אבער צוריקענטפערן אז יעדער מעג האבן זיין טעיסט, און נישט יעדער וואס גייט אנגעטוהן צוזאמענגענומען מיינט צו זאגן אז ער וויל זיך געפעלן פאר אנדערע.

און אזוי קען זיך ציען די שמועס אהין און צוריק, די ליינער וועלן שוין מסתמא יעצט צושאקלען מיטן קאפ זיך דערמאנענדיג פון פארשידענע שמועסן וואס מען האט שוין געהאט אינעם עבר מיט מענטשן פון אלע סארטן, ׳דער צודרייטער... ער מיינט אז מ׳מוז שטינקען משבת לשבת צו הייסן א חסיד׳ישער יוד... אוי האבעך זיך גע׳ראנגלט מיט דעם יוסף ברוך׳ן... איז דאס א גראדער מעכל...׳ וכדומה.

עס איז זעלטן צו טרעפן א צוזאמענגענומענער מענטש וואס זאל זיין אויסגעהאלטן אין אלעמענס אויגן, וואס זאגט האלט איר טייערע ליינער?
If you smile when no one else is around, you really mean it

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר