צורה פון קרית יואל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אנאנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 11:32 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

צורה פון קרית יואל

שליחה דורך אנאנים »

איך בין געווען היינט אין קרית יואל הבירה. ב"ה זיך צואוואקסן הערליך. אסאך נייע גאסן און געגנטן, אבער איין מורא'דיגער חסרון האב איך געזען: די שטאט ווערט געמיינער און מיאוסער. מען בויט גרויסע האלצערנע בנינים פון זעקס שטאק, מיט אסאך דירות אזוי ווי אין די באראקן, אבער מען לייגט נישט קיין שום דגוש אז ס'זאל אויסקוקן אביסל נארמאל און מענטשליך. קימטס למשל אריין אין שטעטל ביי בעיקערטאון אין קיקטס אויף לינקס די הייזער, געבויט איינס אויסגעדרייט מיט'ן פנים צו דיר אין די אנדערע פארקערט (צום מזל האט מען דארט געבויט א פארק ענד רייד וואס נעמט אוועק אביסל דעם עקל). אבער דאס איז פון די קלייניקייטן. קוקטס ביי די נייע גאסן וואס סטוט זיך. ס'איז מיאוס ווי די גלות אן זיך רעכענען מיט די סביבה. קוקטס די הויכע באראקן וואס מען בויט ביים ווינקל פון פארעסט און עיקערס אויפן לאט פון יצחק שווארץ. עפעס א מין גרויסע באמבע אריינגעשטופט אן קיין שום חשבון. פארוואס קען מען נישט לייגן מער דגוש אויף אביסעלע נארמאלקייט? פארוואס בויט מען נישט אביסל קלענערע דירות אין אביסל גרעסערע חצר'ס, מיט שיינע לופטיגע גאסן אין ביימער? און אז איך רעד שוין, פארוואס האט נישט קרית יואל א פארק אזוי ווי יעדע נארמאלע שטאט אז די מאמעס זאלן קענען ארויסגיין זיך אויסטשוכען די אנגעצויגענע נערוון?

דער אשכול פארמאגט 43 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר