קטלא קניא'ס ארטיקל איבער מציצה בפה.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך פארשטאנד » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 10:57 am

די רעדע איז פון - ווי יעדער פארשטייט - פון אשת חיל, די מוהל דארט איז ר' אהרן ווייס (מוהל מומחה?), ער איז דארט פאר דעם צוועק ד.ה. צו טשעקן די קינדער צו ס'פארהיילט זיך פראפערלי וכדו', נו אז ער האט געזעהן א קינד וואס מ'האט נישט געמאכט פריעה כהלכה האט ער עס פאראכטן, נו ווי געזאגט מה שעשו עשו, אבער איז עס געווען לכתחילה? מעג מען אזוי טוהן? אויף דעם איז מען דן, איך זעה נישט מה כל הרעש, (חוץ אויב די רעש איז צוליב פארטייאישקייט דאן פארשטיי איך).
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:00 am

א שאד מ'האט אריינגעמישט א טייטלבוים אין די מעשה, די אשכול קען שוין קיין אין צימעס.

פארשטאנד האקט, פארטייאישקייט? די וואס קענען מיר דא ווייסן אז איך האב גאר ווייניג מיט ביידע סאטמערע פראקציעס, מיין ווייב איז גראדע געווען אין אשת חיל און פארדעם בין איך שאקט, די לעוועל אוו פראפעשענאליזם דארט זעט אויס צו זיין כמעשה און איך וואלט נישט עקספעקטעד אזא בחור'ישקייט פון אזא פלאץ.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6953
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5561 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7648 מאל

הודעהדורך אויס מענטש » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:02 am

עס זעהט אביסל אויס ווי א שטורעם אין א גלעזל וואסער:
פאר די וואס ווילן פארשטיין די מעשה
און האבן נישט קיין בלינדע שנאה צו מהר"א מצד פאליטישע חשבונות
אדער צו די וואס האבן נישט פיינט יעדן איינעם וואס איז א רב אדער א רבי ווייל די רבנים און רבי'ס זענען קארפטירט און פלעין דא אונז אויסצונוצן.
קען מען פארשטיין געבן די מעשה אזוי
אין יעדן קימפעטארן היים איז דא א פראפעסיאנאלען מוהל וואס קוקט איבער "אלע" קינדער נאכן ברית
דער מוהל פון אם בישראל סקווירא איז {ווער עס אין קרית יואל ווייס איך נישט אבער איין זאך ווייס איך אדער חדב"ן האט געוואלט זיין און נישט זייענדיג דער גרויסער מומחה האט מען אים בשום אופן נישט געלאזט,}
ר' מרדכי קאהן וואס איז א מוהל מומחה {שמעתי ולא ברור, אז ער האט לייסענס פון די שטאט}.
אין איך אליינס האב געהאט מיט אים זייער גוטע עקספירענס אנשטאט צו דארפן גיין אין שפיטאל מאכן א "בלו ריבין" טעסט {צו מעסטן די געלקייט}
האט ער מיט איין בליק אויפן קינד מיר געזאגט די פונקטליכע נאמבער און איינגעשפארט צו שטעכן דאס קינד און שלעפן די מאמע אין שפיטאל יעדעס מאל.
למעשה בין איך יא געגאנגען אין שפיטאל פאר א צווייטע סיבה און די נאמבערס זענען געווען אקוראט.
איך האב אויך געהאט אן אנדערער מוהל וואס האט גענוצט עפעס א מאשין צו טעסטן די געלקייט וואס יענס איז געווען זייער נישט אקוראט.
יעצט יעדעס מאל עפעס איז נישט גוט מיט די מילה ענדיגט עס ר' מרדכי צו.
נאר רוב מאל איז עס א קלייניקייט און עס איז נישט קיין שאלה פון א נייע ברית.

און דער סיסטעם אז דער מוהל מאכט עס איבער, האט גארנישט מיט מהר"א, עס איז די סיסטעם אין יעדע קימפעטארן היים.
און יעדער וואס גייט אהין ווייסט דאס, מען זאגט דאס פאר די פרוי, אז דער מוהל גייט טשעקן דיין קינד און זיכער מאכן אלעס איז גוט.
און זייער אסאך מאל דארף מען ענדיגן און פאררעכטן מיט די היינטיגע מוהלים.
מען פרעגט נישט מהר"א, פערצופאל האט ער געהערט אזא מעשה האט ער געטראכט אז עס קען זיין א שאלה און געמאכט א שמועס דערפון.
די עלטערן ווייסן "בכלליות" דערפון סאו איז עס נישט ווי מען טוט וואס מען וויל.
אבער בפרטיות זאגט מען נישט דיין קינד האט מען געפיקסט און עס איז נישט קיין שום שאלה
אבער ווען מען דארף פארעכטן עפעס וואס הייסט א נייע ברית, האט מען עס אויך געטון און זיך נישט געכאפט אז מען דארף האבן מצד די הלכה א שליחות .
דאס הייסט מען דארף יעצט אנרופן דעם פאטער און זאגן מאך מיר א שליח צוקענען מל'ן דיין זון.
יעצט לכאו' פארוואס טאקע נישט איינפירן יא צו רופן דעם טאטן אין אזא פאל.
איז ווייל א טאטע הערט דאס קען ער ווערן זייער אויפגעברויזט אויפן מוהל וואס ער האט גענוצט, היתכן ? האסט געמאכט א שלאבערישע ארבעט,
און במקום ווי דאס איז א קרוב צו א רבי צו וואס מאכן סתם הארץ ווייטאג.
און איך וועל אייך פארציילן א מעשה שהי'
מיינס א חבר דאווענט אין א קליינע שול אזא מין סארט באקוועמע שול אלע מתפללים זענען גוט איינער מיטן צווייטען רואיגע יוגעלייטלעך נישטא קיין
עלטערע אידן דארט מען דאווענט שנעל, און מען פארברענגט זייער גוט דארטן.
און דער רב פון די שול איז אויך אזא טייפ געפענט די שול פאר רואיגקייט, קיינער זאל מיך נישט נאכקוקן און מישן מיינע רוחניות וכו' וכו'
אבער ווי גייט דאס אז מען איז געלונגען אויף איין זאך מיינט מען שוין מען איז א מושלם בכל הענינים, האט ער זיך ערקלערט מוהל.
און ווען מיין חבר האט געהאט א יונגל, האט ער אים פארשטייט זיך מכבד געווען מיט מוהלות, עס איז די פערטע טאג, דאס קינד איז געווען ביים דאקטער און דער דאקטער זאגט אז ער מיינט דאס קינד אביסל געהל אבער מען קען פרעגן א מוהל צו די ברית וועט זיין בזמנו.
דער מוהל קומט און זאגט א סאיז גארנישט און שוין.
צוויי טעג פארן ברית דער מוהל קומט נאכאמאל מיין חבר זאגט אים איך האב נישט קיין אנונג וואס מיינט געהל וואס זאגטסו צום קינד מיין שוויגער מיינט אז ער איז אביסל געהל.
דער מוהל קוקט אן דאס קינד און זאגט אה א צדיקל
בכלל נישט געהל, די ברית קען זיין בעתה ובזמנה
מיין חבר האט יעדן אנגעהויבן צו רופן צום וואכנאכט
אבער די שוויגער וויל מען זאל גיין טשעקן דאס קינד אין שפיטאל
ער רופט אן דעם מוהל דער מוהל זאגט אה נארישייטן קיין זכר פון געהליזם, אז דיו וילסט גיי אין שפיטאל אבער סאיז נארישקייטן
ער קומט אין שפטאל מען טעסט דאס קינד און מען האט אים תיכף האספיטאלאזירט דאס קינד איז געווען 18 און איז געווען אפאר טעג אין שפיטאל ביז מען האט דאס אראפ געבערענגט.
א דאקטער האט נאך פארשראקן דאס יונגע ווייבעלע אז מען קען נישט וויסן אבער אפשר איז דאס קינד ברעין דעד רח"ל
בקיצור עס האט זיך אנגעהויבן ששון ושמחה
מיין חבר האט נישט עוואלט ניצן מער דעם מוהל אבער זיין דיין האט אים געזאגט אז מען קען נישט פארשעמען און וויי טוהן א איד
גיי שטילערהייט רעדן צו נאך א מוהל אזוי צו זיין זיכער מיט יעדע זאך.
וכך הוה
די מעשה איז טאקע אן עקסטרעמע פאל
און מיט דעם אלעם האט מען נישט געקענט פטור וועןר פון דעם מוהל,
וואס איך מיין צוזאגן צו אינוואלווען די מוהלים נאכדעם איז אסאך מאל זייער אגרויסע קאפוויי
און אז מען קען עס מסדר זיין אן די גאנצע זאך איז פיל בעסער.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 638 מאל

הודעהדורך שרייבער » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:16 am

איך בין אויס מענטש פון דיין געוואלדיגע תגובה, נאדיר איינס :like

דו האסט א מעשה פון א רב, און איך קען מעשיות ווען א זיידע איז געווען מוהל, און דער זיידע איז געווארן באליידיגט אז מען האט עפעס מעיר געווען אויף זיין געוואלדיגע אומנות

ס'איז דא מוהלים וואס זענען זייער סענסעטיוו, ביודעי ובמכירי קאמינא, איך האב עטליכע יונגלעך קיעה"ר

און אט האט איר זיין מומחיות משם ראי', אז דעם חדב"ן האט מען נישט גענומען נאר אים וואס ער באלאנגט אפילו נישט צו צד מהר"א, ווייל מען האט געזוכט א מומחה (דאנט געט מי ראונג, דער חדב"נ איז א פיינע מוהל, אבער פון פיין ביז מומחה איז א שפרינג, און יעדער שווערע ברית געט דער חדב"נ אויך איבער פאר אהרן ווייס)
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 937 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:21 am

אביסעל פאני דער מעשה, מען דארף עס פאקט טשעקען צו עס קען געשעהן אזא מעשה, א קינד זאל זיין אכצען, איז ער דאך קראנק סיי ווי האט עס מיטען דאקטער נישט מוטען מוהל בכלל.
אאון זייט ווען דארף מען גיין אין שפיטל, דער דאקטער טוט נישט דער טעסט?
ועוד
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

הודעהדורך אויס מענטש » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:32 am

איחוד פעלד האט געשריבן:אביסעל פאני דער מעשה, מען דארף עס פאקט טשעקען צו עס קען געשעהן אזא מעשה, א קינד זאל זיין אכצען, איז ער דאך קראנק סיי ווי האט עס מיטען דאקטער נישט מוטען מוהל בכלל.
אאון זייט ווען דארף מען גיין אין שפיטל, דער דאקטער טוט נישט דער טעסט?
ועוד

עס זעהט אויס ווי דיינע קינדער האבן ב"ה קיינמאל קיין פראבלעם מיט געהלקייט געהאט, דאנק דעם אייבערשטען פאר דעם.

מיין קינד א מיידל איז געווען 17 און דער קינדער דאקטער האט נישט געוואוסט קלאר מען קען נישט וויסן נאר דורך א "בלו ריבין טעסט"
וואס דא ווי איך וואוין מאכט עס נאר די שפיטאל.
די קינד באקומט דיגעלקייט פון די פערטע טאג און ווייטער. דאס הייסט אז אפי' מען איז נישט געבוירן געהל קען זיך עס שטארקן פון דעמאלטס אן.
דאס הייסט אז מען קען זיין ביים אהיימגיין פון שפיטאל 9-6 אדער ווייניגער און דערנאך גייט עס ארויף, מען גייט נארמאל נישט צום דאקטער נארווען מען זעהט אז עס איז געהל
און נישט יעדר כאפט זיך בפרט א נייער טאטע וואס האט נאך קיינמאל פארדעם קיין פיצעלס נישט געזעהן.
עס איז דא אפאר פאקטארן וואס קענען מאכן די געהלקייט שפרינגען
ווי למשל אויב דאס קינד זייגט, און די בלוט טייפ, פון די מאמע און קינד, זענען אנדערש איז דאס א שטארקע פאקטאר אז דאס געהלקייט זאל ארויף גיין.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 638 מאל

הודעהדורך שמואל הלוי » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:32 am

איך האב מיטגעהאלטן עטליכע יאר צוריק א מעשה שהיה ביי א נאנטע משפחה מיינער, וואס האט גענוצט ר' בנימין לאנדא פאר מוהל, און עטליכע וואכן שפעטער האט זיך עפעס געדאכט פארן טאטן פון קינד אז ס'איז לא נראה כמהול, ס'דערקענט זיך כמעט נישט די מילה.
ער איז אריבער מיט איין בהלה צו ר' בנימין אין שטוב מיטן קינד, פארשטייט זיך אבער אז דער מוהל מומחה ר' בנימין האט יא געטון א גוטן דזשאב, און אלעס איז געווען אין בעסטן ארדענונג.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1481 מאל

הודעהדורך לאדיך אפ » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:42 am

רבונו של עולם! א טעלעפאן קאל! איין סימפל סטופיד טעלעפאן קאל! אדער עטליעסט פרעגן די מאמע! ס'אזוי שווער? צו האלטן מיר אזוי נידעריג אז ס'דא א הווא אמינא אז די אריגינעל מוהל וועט חלילה לאזן א קינד א ערל צוליב גאווה?!! ס'סאונד ווי דער מוהל פון קימפעטארין היים האט פשוט געוואלט זיך שפארן א אנקאמפארטבעל טעלעפאן קאלל. נאט נייס.
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

הודעהדורך villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:48 am

איין טעלעפאן קאל איז נאר דער אנהויב,
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

הודעהדורך אויס מענטש » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:54 am

מען זאגט דאך קלאר פאר די מאמע און פארן טאטן אז א מוהל גייט טשעקן דיין קינד, דאס איז איינגעשטעלט אין יעדן קימפעטארן היים.
פארוואס דארף מען קאלן ?
דאס אז א מוהל זאל מל'ן א קינד געלערהייט פארשטייסטו יא ?
דאס איז דאך טויזענט מאל ערגער, ווי לאזן א קינד אומצוגעפארטיגט.
ווייל על פיהלכה טאר מען אים נישט מל'ן און אויב מל'ט מען אים איז מען א "רוצח" פונקט ווי לוי אראן.
מען קאלט קיינמאל נישט, ווייל מען זאגט פארדעם, אז דער מוהל גייט טשעקן און פאררעכטן אויב מען דארף,
נאר דא איז די פראבלעם אז מצד ההלכה וואלט מען געדארפט קאלן.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 638 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:58 am

אויס מענטש האט געשריבן:מען זאגט דאך קלאר פאר די מאמע און פארן טאטן אז א מוהל גייט טשעקן דיין קינד, דאס איז איינגעשטעלט אין יעדן קימפעטארן היים.

נישט אמת, מיר האט קיינער גארנישט געזאגט.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6953
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5561 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7648 מאל

הודעהדורך לאדיך אפ » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:58 am

טשעקן און מלן זענען צוויי אנדערע זאכן. טשעקן זענען עלטערן מסכים, מלן נישט אייביג, זיי האבן מוהלים וואס זיי טראסטן.
געל איז א צווייטע נושא. אינדערהיים האט מען געהעריג געמלט געלע קינדער, די גאנצע געל משוגעת איז א נייע זאך פון דא אין אמעריקע.
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

הודעהדורך אויס מענטש » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:03 pm

געל איז א צווייטע נושא. אינדערהיים האט מען געהעריג געמלט געלע קינדער, די גאנצע געל משוגעת איז א נייע זאך פון דא אין אמעריקע.

יעצט בין איך שוין אינגאנצן צומישט
מציצה בפה וואס איז יארן נישט געווען קיין פראבלעם זאל מען שוין סטאפן אבער געהלקייט וואס ווערט נאך נאך דערמאנט אין די גמרא
און אין די תורה, ווי למשל עשיו איז געווען געהל האט מען אים נישט געמל'ט,
דאס איז א משוגעת??!!
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 638 מאל

הודעהדורך שרייבער » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:03 pm

לאדיך אפ האט געשריבן:טשעקן און מלן זענען צוויי אנדערע זאכן. טשעקן זענען עלטערן מסכים, מלן נישט אייביג, זיי האבן מוהלים וואס זיי טראסטן.
געל איז א צווייטע נושא. אינדערהיים האט מען געהעריג געמלט געלע קינדער, די גאנצע געל משוגעת איז א נייע זאך פון דא אין אמעריקע.

איך האב אלעמאל געוואוסט אז דא אין אמעריקא איז אכשר דרא, פלוצים ווער איך געוואר אז מען איז מער מיקל אין מילה בזמנו, לייגט זיך נישט אויפן שכל

מקור ביטע
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 937 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:04 pm

לאדיך אפ האט געשריבן:טשעקן און מלן זענען צוויי אנדערע זאכן. טשעקן זענען עלטערן מסכים, מלן נישט אייביג, זיי האבן מוהלים וואס זיי טראסטן.
געל איז א צווייטע נושא. אינדערהיים האט מען געהעריג געמלט געלע קינדער, די גאנצע געל משוגעת איז א נייע זאך פון דא אין אמעריקע.

איך ווייס נישט פון דערהיים, אבער אויב איז דע קינד געל אויף א שטאפל אז ער הייסט א חולה כל גופו אין מען נישט יוצא מצות מילה. אבער איך ווייס נישט ווי געלקייט קומט אהער.

יעדע מוהל קומט באקוקן דאס קינד און באנדאזשירן אפאר טאג נאכן ברית, די שטאטישע וואס גיין קיין מאנרא גלייך דערנאך, כדי נישט מטריח צו זיין דעם שטאטישן מוהל ארויסצופארן, שטעלן זיי צו א מוהל צו טוהן דאס, באקוקן דאס וואונד און באנדאזשירן, אבער אויף צו פיקסען האט עם קיינער נישט געשטעלט.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6953
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5561 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7648 מאל

הודעהדורך טעלעפאן » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:10 pm

תודה לה׳ אז דער שמועס דא איז פארגעקומען, אזוי האב איך געהאט די געלעגנהייט צו זעהן ווי אויבערחכמ׳דיג מענטשן טראכטן און שרייבן אנעם וויסן-פרעגן. יעדער האט שוין געצויגן מסקנות דא געבויעט אויף פאנטאזיעס. רבוש״ע.

נאר וואס דען? עס האט מיר געלערנט א פרק אין ״דן לכף זכות״ און ווי אויך אין אסאך אנדערע זאכן.

און דא האט איר די (ערשטהאנטיגע) פאקטן: ווי אויבנדערמאנט קוקט דער מוהל איבער די קינדער אלץ א ״סערוויס״. ״נישט״ אלע קינדער, ער קוקט נאר אויף די קינדער וואס די נוירסעס באמערקן עפעס ראנג. די מאמע האט געוואוסט, דער טאטע איז - ווי ביי פילע משפחות - נישט אריינגעטון אינעם גאנצן עסק און לאזט זיין ווייב טון לויטן פארשטאנד. דאס איז עפעס וואס מענטשליכערהייט פרעגט מען געווענדליך די קימפעטארין צו זי וויל פרעגן איר מאן וכדו׳. די מאמע האט נישט געפילט פאר וויכטיג אים צו לאזן וויסן. יעצט זענען זיי דן להלכה צו דער טאטע וואלט ״געדארפט״ וויסן.

קלארצושטעלן נאכאמאל; ס׳איז נישטא ווער ס׳זאל סוען.... די משפחה פון וועם מ׳רעדט איז א געהעריגע סיסטעם פעמילי,

קיינער טוט נישט קיין זאכן אויף די אייגענע האנט

ווער ס׳קען דעם מוהל ווייסט וואסערע אויסגערעכנטער/נישט-איבערגעאיילטער מענטש ער איז.
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

הודעהדורך שרייבער » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:19 pm

טעלעפאן האט געשריבן:
ווער ס׳קען דעם מוהל ווייסט וואסערע אויסגערעכנטער/נישט-איבערגעאיילטער מענטש ער איז.

:like
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 937 מאל

הודעהדורך villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:35 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:
אויס מענטש האט געשריבן:מען זאגט דאך קלאר פאר די מאמע און פארן טאטן אז א מוהל גייט טשעקן דיין קינד, דאס איז איינגעשטעלט אין יעדן קימפעטארן היים.

נישט אמת, מיר האט קיינער גארנישט געזאגט.


אדער האסטו געהאט א מיידל אדער האט דיר דיין ווייב נישט דערציילט,
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

הודעהדורך לאדיך אפ » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:36 pm

געל האב איך נישט געמיינט וואס די גמרא זאגט ירוק. איך האב געמיינט מעסטן די לעוועלס פון בילירובין וואס איז א אמעריקאנע זאך ס'נישט געווען אינדערהיים, שאל אביך ויגדך.

איין מינוט טעלעפאן, דו זאגטס אז מהאט געפרעגט די מאמע? נו איז דאך גוט. פון די שמועס האט משמע געווען אז היות די טאטע איז געווען מוהל, האט די קימפעטארין היים מוהל עס געטון בשתיקה אן פרעגן קיינעם.
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

הודעהדורך יחצל » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:49 pm

BREAKING! NYC Board of Health just voted to regulate Metzitza B'Peh! Rebbe in his Michtav Kodesh: Kul Richos SheBuoilom Loi Yuziz Oisuni..!
ווער עס דערציילט עס נאך איז א נאר ווער עס גלייבט עס איז נאך א גרעסערע נאר
יחצל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:32 am
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:52 pm

יחצל האט געשריבן:BREAKING! NYC Board of Health just voted to regulate Metzitza B'Peh! Rebbe in his Michtav Kodesh: Kul Richos SheBuoilom Loi Yuziz Oisuni..!

וועלכע רבי?
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 818 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:55 pm

אויב איז די מעשה געווען ווי טעלעפאן זאגט און די שאלה איז נאר א הלכה'דיגע שאלה און נישט א שאלה צו ער האט געהאט די רעכט, ביזטו גערעכט, אבער די מעשה שטייט אז 'רבינו' זאגט אז די מוהל האט געטוהן "מדעת עצמו", וואס מיינט אומגעפרעגט.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6953
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5561 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7648 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:23 pm

לאדיך אפ האט געשריבן:טשעקן און מלן זענען צוויי אנדערע זאכן. טשעקן זענען עלטערן מסכים, מלן נישט אייביג, זיי האבן מוהלים וואס זיי טראסטן.
געל איז א צווייטע נושא. אינדערהיים האט מען געהעריג געמלט געלע קינדער, די גאנצע געל משוגעת איז א נייע זאך פון דא אין אמעריקע.

משוגעת? און ווער נעמט אחריות אויב ס'מאכט זיך ח"ו קאמפליקאציעס מיט'ן קינד? :oops:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15057
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9865 מאל

הודעהדורך צוויבל מיט איי » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 3:44 pm

ווי ס׳זעהט מיר אויס, שטעקט דער מיינונגס-פארשידנהייט דא אין א יסודות'דיגע דעבאטע איבער דאס בעלות פון אונזערע קינדער. עס זענען דא וואס זענען ביי די מיינונג אז די ליבע קינדערלעך אונזערע באלאנגען צום קהל/רעביסטעווע/פארטיי, און די עלטערן דינען נאר ווי בעיבי סיטערס וואס מאכן מיט ט' ירחי לידה, דאס געבורט, די שלאפלאזע נעכט, קריגערייען, סטיטשעס, טשיקן פאקס, פיובערטי, וכו', און גיבן אוועק ווארעמקייט און ליבשאפט, צייט, געלט, בלוט, געדולד, און כוח, ביז די קינדער זענען גענוג גרויס צו קענען אנפילן די קלאסן און שפעטער די פארענטשעס. פארשטייט זיך אליין אז דער קהילה/רעביסטעווע/פארטיי גיט גענויע אנווייזונגען פאר די בעיבי סיטערס וויאזוי זיך אויפצופירן, און ווי אזוי מחנך זיין זייער פקדון ווילאנג זיי מוזן בלית ברירה פארברענגען ביים בעיבי סיטער, וועלכע עסן מ'טאר זיי נישט געבן, וועלכע קליידונג אנצוטוהן ס'זאל זיין פאסיג פארן קהילה/רעביסטעווע/פארטיי, וועלכע מוזיק און ביכער די קינדער זאלן חלילה נישט הערן און ליינען, וואס מ'זאל טוהן מיט זיי חול המועד און מוצאי שבת, מ'קען דאך נישט געטרויען א בעיבי סיטער אליין צו פארשטיין וואס איז גוט פארן קינד.

איצט קען מען פארשטיין די זאך זייער גוט. ווער זענען די עלטערן בכלל איינצוטיילן א "מוהל מומחה" געשטעלט דורך די קהל'ישע ערהוילונגס היים צו מ'זאל דאס קינד יא שניידן אין אבר אריין צו נישט. פארקערט, דער טיפש אדער זיין זיידע קען גאר פארשעמט ווערן, מ'מיינט דאך זייער טובה. חוץ מזה זענען זיי דאך נישט מער ווי בעיבי סיטערס.
צוויבל מיט איי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 09, 2012 1:51 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

הודעהדורך אויס מענטש » דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 5:29 pm

זייער שטארק ארויסגעברענגט די נקודה, און מיסודו ביסטו טויזענט פראצענט גערעכט
נאר דא קומט עס נישט אריין, ווייל ווי דערמאנט, פרעגט מען יא, און מען האט דא אויך געפרעגט די מאמע
די פראבלעם איז נאר אז להלכה דארף מען פרעגן אלץ דין שליחות דעם טאטן, און אפי' מען פרעגט די מאמע און זי איז מסכים איז נישט גענוג,
און דאס איז דער דיון ביי די שמועס אין שלחן מלכים.

געוואלד, וויפיל מאל דארף מען איבער זאגן איין זאך?
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 638 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט