געפילטע פיש האט געשריבן:הדד, קודם, וואס מישט דו אריין די שטאט דא? ווער רעדט דערפון?
צווייטענס, קענסטו נישט צוגלייכן אן אכט טאג אלט קינד צו א פערצען יעריג מיידל וואס קומט מדעת עצמה, וואס אגב ע"פ תורה האט זי א דין גדולה לכל דבר.
דריטענס, קוק וואס די אלטערנאטיוו איז! דא איז עס א פאון ראל, דארט איז עס א סכנה.
איך פיל מיר ווי א פאפעגיי, איך האב דיר שוין געענטפערט די אלע דריי זאכן צוויי בלעטער צוריק אבער וואס צו ענטפערן האסטו נישט.
וואלסטו געוואלט אז איינער זאל שניידן דיין קינד א זאך וואס איז נישט עמערדזשענסי, ווען דו ביסט נאר א טעלעפאן קאלל אוועק?
און קום מיר נישט ענטפערן דער, יענער, שטאט, וואלסטו געוואלט צו נישט?
כעלעמער האקט, דאס איז א צווייטע שמיעס.
פארוואס איך מיש אריין די שטאט? ווייל דער גאנצער שמועס דא האט זיך אנגעהויבן ארום קטלא קניא'ס ארטיקל, און ער רעדט דארט ארום איבער דעם וואס די שטאט מישט זיך אריין. פאר דעם זאג איך "די שטאט", ווייל קטלא קניא האט גערעדט דערפון.
איך קען יא צוגלייכן די צוויי פעלער, לגבי דעם פוינט וואס איך וויל מאכן. קטלא קניא'ס וויי געשריי, און אויך זיינע אלע חסידים דא, איז איבער דאס הפקירות, און בארבארישקייט פון לאזט שניידן (געוואאאאאאאאאאאאלד) א פיצל בעיבי. קומסטו מיט א געוואלדיגע חכמה אז ע"פ דין איז זי שוין א גדולה לכל דבר. וואלט איך דיר געוואלט פרעגן צו ווען נחמי' וועבערמאן למשל, קומט מיט די טענה, צו דו וואלסט דאס מקבל געווען? וואס גדולה אין קאפ אריין? אויב איך טאטש איר, אדער אפילו ס'דאכצעך נאר איינעם אז איך האב איר געוואלט טאטשן שלא כהוגן, מעג זי מסכים זיין ממצרים ועד הנה, ס'העלפט נישט גארנישט. איך טרעף מיך אין תפיסה, געוואלד, איך האב געטשעפעט א מיינער.
אבער אויב האט זי זיך פאר'לאבעוועט און האט צוליב איילעניש מקיים צו זיין די מצוה נישט אנגעיאגט אנצוטוהן יענעם דאס זאקעלע, אדער נישט איינגענומען דאס פילעכל, מוז דער דאקטער מאכן אן אפעראציע און טאר נישט לאזן וויסן די עלטערן, מיט א נארישן תירוץ אז דער אלטערנאטיוו איז ערגער. אויף קיין שום אנדערע זאך וואלט די שטאט נישט מסכים געווען אויף אזא זאך, נאר דא ווייל עס שטופט דעם וואגן פון הפקירות (איך האב דאס שוין אמאל געזאגט?).
און צום סוף, ווען איך וואלט נאכגעגעבן מיין בוטשער קרוב און, צוליב פרעשור, אים גענוצט פאר מוהל, און אין קימפעטארין היים זעהט מען אז ער האט געבוטשערט, וואלט איך געווען זייער העפי אויב מען וואללט עס געמאכט וואס א מינוט פריער. און ווי געזאגט, עס איז נאט נייס אז ער האט נישט גערופן. און עס איז לכאורה נאר געווען א טעות, ווי עטליכע האבן שוין געשריבן דא, אז אהרן ווייס איז א וועלטס מומחה, (און טאקע פון די אנדערע זייט) און שוין גע'מל'עט טויזענטער קינדער, און עס איז לגמרי נישט געווען קיין אומ'אחריות.