דורך מיר'ער בחור » מאנטאג אקטאבער 02, 2017 7:12 pm
געווענדליך סתם אזוי בין איך מער א קעלטערע מענטש בטבע, אבער ס'קען זיך מאכן צומאל אז ווען איך הער א שטארק רגש'דיגע ניגון/תנועה, וועט עס מיר ממש ברענגן צו וויינען בלי שום קשר צו די ווערטער פון די ניגון, איך מיין צו זאגן, אז ס'קען נישט זיין אז די נושא/ווערטער פונעם ניגון איז דאס וואס ברענגט ארויס די געוויין, ווייל די נושא איז אין רוב פעלער נישט עפעס וואס אינטערעסירט מיך עקסטער שטארק, איז מיין שאלה צו ס'קען זיין אז אין סוב קאנטשעס רעדט די נושא יא צו מיר, אדער איז דא עפעס אנדערש וואס באדערט מיך אין די תקופה אזוי שטארק עד כדי כך אז ווען anything וועט נאר צורירן צו די געפילן פון מיין הארץ וועט זיך עס בעל כורחו אויסגיסען, אדער אפשר שטימט עס מיט דעם וואס כ'האב אמאל געהערט אז יעדע מענטש דארף וויינען א יעדע כך וכך זמן (עפעס וועגן די אויגן זאלן זיך אויסוואשן... בערך אזוי) אין אפשר גאר אן אנדערע סיבה אינגאנצען, btw ס'מאכט זיך נאר אין געוויסע תקופות, (וואס איך האב נישט געזעהן -עכ''פ אויבנאויף- דווקא אז עפעס עקסטער זאל מיך באדערן אין יענע תקופות) ?