שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:בין איך דא געגאנגען חאלאמויעד האלטן, איך מוטשע זיך מיטן קינדער, געב צו עסען, נעם אין טוילעט, שטיי אויפן ליין, כאפ טיקיטס!!
בשעת מיין עגמ״נ האב איך באמערקט אפאר פרוי׳ן מיטשען זיך אליין מיטן קינדער, אן א מאן צום הילף, נאכן קארנפירמן מיטן ווייב אז זיי זענען אלע חתונה געהאט, נישט געגט, וויל איך פארשטיין פארוואס קענען זייער מענער זיצן אין פארקינג לאט אין וואטשען יו טוב אבער איך טאמער זאג איך פארן ווייב כגיי א רגע אין טוילעט מאכט זי א דריי מיטן פנים, כאילו מאך אין די הויזן.
אפשר וועגען דעים טאר מען נישט קוקן אויפן פרויען
ווייל אזוי האט געשריבן:ס'איז מיר אויסגעקומען צו זיין ביי א ליטווישע שבת האב איך געזען אז ער ברענגט ארויס אפפ ברענד ביר איך געדענק אפילו נישט די נעמען אבער נארמאלע ביר א שטייגער ווי קורס, באדווייזער, קאראנא איז נישט געווען, (אין אן אנדערע פאל האב איך עס אויך באמערקט) איז מיין שאלה פון ווי נעמט זיך די אלע הרי אררט און צו'חוש'טע ביר פארוואס קענען זיי נישט האבן קיין נארמאלע ביר???
אפשר @ליטוואק פון בודאפעסט וועט וויסן, אדער א צווייטער.
ריכטיג האט געשריבן:נארוואסדען?? איך זאל טרינקען טיי מיט מילך גאר? ענגלישע פאץ.
שלום שטיסל האט געשריבן:ווייל אזוי האט געשריבן:ס'איז מיר אויסגעקומען צו זיין ביי א ליטווישע שבת האב איך געזען אז ער ברענגט ארויס אפפ ברענד ביר איך געדענק אפילו נישט די נעמען אבער נארמאלע ביר א שטייגער ווי קורס, באדווייזער, קאראנא איז נישט געווען, (אין אן אנדערע פאל האב איך עס אויך באמערקט) איז מיין שאלה פון ווי נעמט זיך די אלע הרי אררט און צו'חוש'טע ביר פארוואס קענען זיי נישט האבן קיין נארמאלע ביר???
אפשר @ליטוואק פון בודאפעסט וועט וויסן, אדער א צווייטער.
אהה, דאס מיינט ליטווישע ביר, אן קיין טעם און ריח, א פערפעקט שידוך, דער ליטאי מיטן פארשטיקענעם ביר.
דאס איז די זעלבע מענטשן וואס טרינקן קאווע אין א פלעסטיק קאפ, גרעיפדזשוס פון א פלעסטיק באטל, סעלצער אן געז, געפילטע פיש פון א דזשאר (JAR), טשולענט מיט פאטעיטאס, הערינג אן קיכל נאר מיט סנעקערס, ביי קידוש שבת סערווירן זיי דזשעלי בינס מיט פרוכט סאלאט (ווי פארשטענדליך ווארימע מעלאנע מיט די שווארצע דזשעלי בינס) און נאך
-------------------
@ליטוואק פון בודאפעסט ווער נישט געטשעפעט
@דער גאלדענער אדלער געשריבן לכבוד דיר
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מדחי אל דחי.....
המן טאשען קומען מיט מן און נאר מיט מן. נישט די היינטיגע מאדערנע מנהגים פון טשאקאלאד אדער לעקוואר.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט