זאכן וואס כ'וויל וויסן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 2:50 pm

ווען דער קאצקער איז דאס ערשטע מאל אריין צום רבין פון לובלין האט ער איהם געזאגט אז זיין דרך אין עבודת השם ברענגט מרה שחורה, און צום סוף איז טאקע אזוי געווען, די לעצטע צוואנציג יאר פון זיין לעבן איז ער אריינגעפאלן אין א שרעקליכע מרה שחורה פון וואס ער האט זיך נישט געקענט ארויסזעהן. וואס האט ער געהאט פון די גאנצע געראנגל מיט'ן שקר? אז צום סוף האט ער איינגעזעהן אז זיין עקל פון שקר און זיין רצון זיך אפצושאקלען דערפון איז אויך בשקר יסודה, און נישט קענענדיג אקצעפטירן די פאקט אז זיין ער האט געלעבט אין א שקר זיין גאנץ לעבן איז ער געווארן דיפרעסט.

זעענדיג דאס איז דער איזביצער צוריקגעגאנגען צום דרך פונעם רבין פון לובלין, יא, א מענטש איז א שטיק שקר, און די רצון זיך אפצושאקלען דערפון איז אויך שקר. מצוות זענען שקר, עבירות זענען שקר, שמחה איז שקר, עצבות איז שקר, גאנץ עבודת השם איז שקר, על כרחך אתה חי ועל כרחך אתה שקר. נאכמער, לעבן אין א שקר איז נאר א פראבלעם ווען ס'איז דא אמת, ס'דא שקר, און איך גיי צום שקר. אויב אבער ס'נישט דא קיין אמת, ס'איז אלץ שקר, איז מאי אולמא האי מהאי? ס'דאך אלץ שטוית במיץ עגבניות. פארקערט גאר, דער וואס מאכט אן אינטערשייד, דאס איז אמת און דאס איז שקר, דער לעבט דאך אין אזא שקר שאין כדוגמתו. נו, אז די סיבה פארוואס דער קאצקער האט געזאגט די אלע שארפע ווערטער איז נאר געווען ווייל ער האט געהאט א פערזענליכע הנאה דערפון און ס'איז אלץ שקר, וואס איז שייך נאכצוזאגן פון איהם? ער האט הנאה געהאט פון שרייען פוי, זאל איהם וואויל באקומען, איך האב הנאה פון זאגן אז מצוות זענען עבירות און עבירות זענען מצוות, קוש מיר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 3:06 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2908
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2744 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1935 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 3:04 pm

פונקט ווי די שפת אמת און שם משמואל וואס זענען אויך נישט במהותם שארף ווי דער קאצקער קענען ברענגן מדברי תורתו וואלטן גענוג און נאך פון די דברי תורה פונעם קאצקער אויך געדארפט זיין רעלעוואנט אפילו נאכן פילוג אלא מאי זיי האבן אוועקגעווארפן די רינגל פונעם קייטל מכל וכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1610
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1888 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2108 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 3:11 pm

דו רעדסט פון מענטשן וואס זענען געווען מער שארף צו ווייניגער שארף, דער איזביצער איז געווען אויסגעשפראכן קעגן שארפקייט. וואס וואלסטו געוואלט, ער זאל ציטירן א שארף ווארט פונעם קאצקער און זיך נעמען האקן אויף איהם?

דו לייגסט אראפ צוויי צדדים, אדער האט דער איזביצער געהאלטן אז תורת קאצק איז שקר, אדער האט ער געהאלטן אז ס'איז אמת נאר מ'טאר נישט פאוקאסן נאר אויף דעם. איך האב פארשטאנען א דריטע צד, אז בעצם האט ער געהאלטן אז זיין רבי איז געווען הונדערט פראצענט גערעכט און מ'דארף אויסרייסן דעם שקר מכל וכל, נאר דער רבי האט פארזעהן איין נקודה, אז די גאנצע געראנגעל מיט'ן שקר איז אויך שקר, און מ'דארף דאס אויך אויסרייסן.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2908
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2744 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1935 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 10:11 pm

איך פארשטיי נישט פארוואס איר כאפט נישט וואס איך מיין, מיין שאלה איז א פשוטע היסטארישע שאלה איבערן פילוג וואספארא משמעות דער פילוג האט געהאט, איז דער איזשיביצער אוועקגעגאנגען בבחינת גבה טורא ביניהו און איז געווען א תוהה על הראשונות און אפגעהאקט מכל וכל אדער האט ער געהאלטן אז דער קאצקער איז א צו הויעך פאר די מענטשהייט אבער ער האט נאכאלטס מחשיב געווען דעם קאצקער אזויווי אסאך כותבי הקורות שרייבן.
איך וויל זיך דאס אויפדרינגען פון דעם אויב אינעם חדר פון די פורשים ברענגן זיי מדברי תורתו פונעם קאצקער לכה"פ אזויווי זיי ברענגן פון אנדערע גדולי החסידות דאן איז א סימן אז למעשה האבן זיי אים מחשיב געווען. צוזאגן אז פונעם קאצקער איז נישט דא קיין דברי תורה וואס איז נישט פארבינדן מיט דעם שארפן אנטי-שקר פיליזאפיע איז זיכער נישט ריכטיג. איך קען אויב ס'פאדערט דא נאכברענגן גענוג און נאך דברי תורה וואס וואלט געקענט שטיין אין ר' צדוק, אויב ברויכסטו איבערצייגונג קען איך ברענגן איך וויל פשוט יעצט נישט זיין כי ריכול ליזול וליחשב.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1610
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1888 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2108 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 10:02 am

נהורא נפישא האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס איר כאפט נישט וואס איך מיין, מיין שאלה איז א פשוטע היסטארישע שאלה איבערן פילוג וואספארא משמעות דער פילוג האט געהאט, איז דער איזשיביצער אוועקגעגאנגען בבחינת גבה טורא ביניהו און איז געווען א תוהה על הראשונות און אפגעהאקט מכל וכל אדער האט ער געהאלטן אז דער קאצקער איז א צו הויעך פאר די מענטשהייט אבער ער האט נאכאלטס מחשיב געווען דעם קאצקער אזויווי אסאך כותבי הקורות שרייבן.
איך וויל זיך דאס אויפדרינגען פון דעם אויב אינעם חדר פון די פורשים ברענגן זיי מדברי תורתו פונעם קאצקער לכה"פ אזויווי זיי ברענגן פון אנדערע גדולי החסידות דאן איז א סימן אז למעשה האבן זיי אים מחשיב געווען. צוזאגן אז פונעם קאצקער איז נישט דא קיין דברי תורה וואס איז נישט פארבינדן מיט דעם שארפן אנטי-שקר פיליזאפיע איז זיכער נישט ריכטיג. איך קען אויב ס'פאדערט דא נאכברענגן גענוג און נאך דברי תורה וואס וואלט געקענט שטיין אין ר' צדוק, אויב ברויכסטו איבערצייגונג קען איך ברענגן איך וויל פשוט יעצט נישט זיין כי ריכול ליזול וליחשב.

אין הקדמה פון בית יעקב שרייבט דער אייניקל (דאכט זיך ר' גרשון העניך טאקע) דער סדר ההשתלשלות פונעם זיידענס דרך החסידות, פונעם בעש"ט הק', דער רבי ר' בער, דער רבי ר' אלימלך, דע רעבין פון לובלין, (דער 'חוזה') דער 'ייד' וואס איז נסתלק געווארן בחיי רבו, דער 'רבי ר' בונם' פון פרשיסחא און אויף דעם שרייבט ער אז דער איזשביצער זיידע ר' מרדכי יוסף (בעל מי השילוח) איז געוועהן המורם מתלמידיו (דא), פונעם רעבין ר' בונם! (דער רבי פונעם קאצקער)
און: "ואחר הסתלקות רבינו שמחה בונם זללה"ה שלש עשרה שנה סבל צער החבאת מערת עדולם שלא הגיע העת עדיין ללמד תורה ברבים בפרהסיא" (דא)
ווער ס'האט נישט פארשטאנען מיינט ער די יאהרן וואס ער איז געוועזן אין קאצק.
און '@ריעל פעייק ניוז' האט שוין דערמאנט דאס, אבער נישט מדוייק,:
real fake news האט געשריבן:ס'דא א ספר פון די ראדזינער (בעל התכלת) א הקדמה צו זיין טאטן'ס ספר בית יעקב, ווי ער רעכנט אויס די השתלשלות החסידות פון בעש"ט ביז עם, אין ער לאזט דארט אויס די קאצקער.

ככלל איז די הקדמה זייער לאנג און מקיף, אסאך טענות וואס מ'האט געהאט אויף דרכי המקובלים ודרך החסידות בכלל ודרך פרשיסחא ואיזשביצא בפרט.
און ער פארענטפערט אלעס דבר דבור על אופניו.
עד כאן וואס מ'האט אפגעלערנט אין ראדזין איבער די נקודה.

מצד שני, ווייס איך אז כקש"ת אדמו"ר הגה"צ ר' יצחק מאיר מארגענשטערן שליט"א ראש ישיבת 'תורת חכם' בעיה"ק ירושלים תובב"א
וואס טוט כידוע כסדר אסאך אין תורת קאצק ואיזשביצא, האב איך אמאהל געליינט אין זיינע קונטרסים א ביאור אז שפיץ נקודת קאצק האט ממשיך געוועהן דער איזשביצער
דאס הייסט, אז דער איזשביצער איז א המשך פון קאצק, (מיט א שינוי א ביסל, וועגן די נייע דערהער)
ס'איז נאך פארהאן א געוואלד וואס צו שרייבן, ועוד חזון למועד.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 449
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 582 מאל

הודעהדורך real fake news » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 11:27 am

נקודת אמת: וואס זאגסטו אנדערש ווי איך האב געשריבן?

און פון רעב איטשע מאיר איז נישט צו א גרויסע ראיה ווייל כידוע מאכט ער אסאך תורות און איז מגזם אסאך כידוע ליו"ח (כמיין ח"ו נישט צו מזלזל זיין בכבודו נאר ער האט אן אייגנגארטיגע מהלך צו זאגן רמזים און חידושים אויף אלעס אפילו ער ווייסט אז סאיז נישט אמת ואכמ"ל)
real fake news
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהדורך יהודי פשוט » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 12:30 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווען דער קאצקער איז דאס ערשטע מאל אריין צום רבין פון לובלין האט ער איהם געזאגט אז זיין דרך אין עבודת השם ברענגט מרה שחורה, און צום סוף איז טאקע אזוי געווען, די לעצטע צוואנציג יאר פון זיין לעבן איז ער אריינגעפאלן אין א שרעקליכע מרה שחורה פון וואס ער האט זיך נישט געקענט ארויסזעהן. וואס האט ער געהאט פון די גאנצע געראנגל מיט'ן שקר? אז צום סוף האט ער איינגעזעהן אז זיין עקל פון שקר און זיין רצון זיך אפצושאקלען דערפון איז אויך בשקר יסודה, און נישט קענענדיג אקצעפטירן די פאקט אז זיין ער האט געלעבט אין א שקר זיין גאנץ לעבן איז ער געווארן דיפרעסט.

זעענדיג דאס איז דער איזביצער צוריקגעגאנגען צום דרך פונעם רבין פון לובלין, יא, א מענטש איז א שטיק שקר, און די רצון זיך אפצושאקלען דערפון איז אויך שקר. מצוות זענען שקר, עבירות זענען שקר, שמחה איז שקר, עצבות איז שקר, גאנץ עבודת השם איז שקר, על כרחך אתה חי ועל כרחך אתה שקר. נאכמער, לעבן אין א שקר איז נאר א פראבלעם ווען ס'איז דא אמת, ס'דא שקר, און איך גיי צום שקר. אויב אבער ס'נישט דא קיין אמת, ס'איז אלץ שקר, איז מאי אולמא האי מהאי? ס'דאך אלץ שטוית במיץ עגבניות. פארקערט גאר, דער וואס מאכט אן אינטערשייד, דאס איז אמת און דאס איז שקר, דער לעבט דאך אין אזא שקר שאין כדוגמתו. נו, אז די סיבה פארוואס דער קאצקער האט געזאגט די אלע שארפע ווערטער איז נאר געווען ווייל ער האט געהאט א פערזענליכע הנאה דערפון און ס'איז אלץ שקר, וואס איז שייך נאכצוזאגן פון איהם? ער האט הנאה געהאט פון שרייען פוי, זאל איהם וואויל באקומען, איך האב הנאה פון זאגן אז מצוות זענען עבירות און עבירות זענען מצוות, קוש מיר.
ב"ה אז דו גלייבסט נאר וואס דו ווילסט גלייבן, אבער איך גלייב אביסל אנדערש....

די הייליגע קאצק'ער רבי האט פיינט געהאט שקר און געזיכט דעם אמת, ער האט געטראפן דעם אמת און זיך געשלאגן פאר דעם זיין גאנצן לעבן, ער האט געוואלט אויפשטעלן א דור פון מענטשן וואס זאלן לעבן נאר מיט'ן אמת, און דאס האט זיך נישט אויס גע'ארבעט, מענטשן זענען צו שטארק מקושר מיט'ן שקר, זעהענדיג אז ער קען נישט אויפטוהן וואס ער וויל אויפטוהן איז ער געווארן צובראכן און זיך טיילווייז איינגעשפארט
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 615
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 370 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 375 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 1:39 pm

קען זיין אז דו ביזט אויפגעוואקסן אין גור ממילא האסטו געהערט אנדערע מעשיות ווי מיר, פון די מעשיות וואס איך האב געהערט קומט אויס אז ער איז געווען דיפרעסט.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2908
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2744 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1935 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 8:03 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קען זיין אז דו ביזט אויפגעוואקסן אין גור ממילא האסטו געהערט אנדערע מעשיות ווי מיר, פון די מעשיות וואס איך האב געהערט קומט אויס אז ער איז געווען דיפרעסט.


Wow ס'דרייען זיך אזוי פול קאצקער'ס אין אונזער דור...!
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2343
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3273 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3068 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » זונטאג נאוועמבער 17, 2019 9:50 pm

real fake news האט געשריבן:נקודת אמת:
1. וואס זאגסטו אנדערש ווי איך האב געשריבן?
2. און פון רעב איטשע מאיר איז נישט צו א גרויסע ראיה ווייל כידוע מאכט ער אסאך תורות און איז מגזם אסאך כידוע ליו"ח
(כמיין ח"ו נישט צו מזלזל זיין בכבודו נאר ער האט אן אייגנגארטיגע מהלך צו זאגן רמזים און חידושים אויף אלעס אפילו ער ווייסט אז סאיז נישט אמת ואכמ"ל)

1. דו האסט געשריבן אז ער לאזט אויס, ער לאזט נישט אויס, ער שרייבט אז ער איז געוועהן אין תפיסה און ער האט נישט געקענט משפיע זיין.

2. ר' איטשע מאיר שליט"א'ס גוזמאות אין תורה, זענען בעיקר אין זיין מהלך פון אויפווייזן אז בכל התורה כולה אפשר שיאמר בחי' 'אלו ואלו דברי אלוקים חיים'
און ס'איז נישט זיין חידוש, נאר ס'קומט שוין פונעם בעל ה'תורת חכם' וואס ר' איטשע מאיר'ס ביהמ"ד הייסט נאך איהם.
אן עקסטערע שמועס אויף דער גאנצער עניין וועט נאך נאכפאלגן בעזה"י לכשיהיו עתותיי בידי,
איך בין שאקירט געווארן אז ער האט נאך נישט געהאט קיין אנשי-שם אשכול.
מ'גייט זיך נעמען צו דעם נעקסטע פאר טעג,
א חוץ די רעיון אז אלע מחלוקת'ן מוזן שטומען אז 'אלו ואלו דברי אלוקים חיים'
לא שמעתי על עוד גוזמאות בתורתו, ולהיפך, ער איז א גרויסער עמקן, און א גלייכער קאפ
אדרבה קענסט פרעגן ר' @לעיקוואד שליט"א אויף דער עניין,
און בעיקר עניין הגרי"מ מארגענשטערן בעזה"י נרחיב באשכול המיוחד שייפתח בעזה"י בעבורו.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 449
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 582 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 7:56 pm

@נקודת-אמת, מיר קוקן ארויס אויף די באשרייבונגען בכליון עינים.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2847
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7333 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6532 מאל

הודעהדורך mevakesh » זונטאג דעצעמבער 08, 2019 9:55 pm

עס לויפט ארום אויף וואטסאפ א דרשה פון איינעם איבער ארבייטסגעבער וואס באהאנדלען נישט שיין די ארבייטער יענער האט א גוטען שפראך און עס קוקט אויס ווי ער איז נישט דערשראקן פון האקעלע נושאים
ווייסט איינער ווער דאס איז?
נ.ב.איך קען נישט ארויפלייגן די דרשה עס איז צו גרויס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך mevakesh אום זונטאג דעצעמבער 08, 2019 10:10 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 869
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל

הודעהדורך יין שרף » זונטאג דעצעמבער 08, 2019 10:02 pm

יהושע הורוויץ?
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2085
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2609 מאל

הודעהדורך mevakesh » זונטאג דעצעמבער 08, 2019 10:11 pm

יין שרף האט געשריבן:יהושע הורוויץ?

ווער איז דאס? ווי קען מען הערן זיינע שיעורים?
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 869
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל

הודעהדורך יין שרף » זונטאג דעצעמבער 08, 2019 10:51 pm

mevakesh האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:יהושע הורוויץ?

ווער איז דאס? ווי קען מען הערן זיינע שיעורים?

@Shiurimhorovitz אויף טעלעגראם.

(דיסקלעימער, איך קען אים נישט, אבער וויפיל איך האב שוין יא געהערט, איז ער נישט די וועלט'ס חכם...)
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2085
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2609 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 08, 2019 11:24 pm

וויפיל איך האב עם געהערט רעדט ער דברים של חכמה. בנוסף א גרויסע הארץ.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3799
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4631 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1878 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 3:06 pm

איז דא אזא זאך אין די ביזנעס וועלט, אז ווען מ'רופט אן א קאמפעני, דארף מען נישט אויסהערן קערפולי, ווייל די מעניו אפשאנס האבען זיך נישט געטשענדזשט...?
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2343
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3273 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3068 מאל

הודעהדורך ריכטיג » זונטאג יאנואר 19, 2020 12:35 pm

ווער איז דער רעדנער?? ער איז ערנסט אדער א לץ?
https://tlgur.com/d/g09pAy04
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2302
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1825 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג יאנואר 19, 2020 1:43 pm

.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1925
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1698 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » זונטאג יאנואר 19, 2020 1:57 pm

ריכטיג האט געשריבן:ווער איז דער רעדנער?? ער איז ערנסט אדער א לץ?
https://tlgur.com/d/g09pAy04

שטויבער
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1039
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1767 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 959 מאל

הודעהדורך עמעזאן » זונטאג יאנואר 19, 2020 8:30 pm

ריכטיג האט געשריבן:ווער איז דער רעדנער?? ער איז ערנסט אדער א לץ?
https://tlgur.com/d/g09pAy04

א ערנסטער לץ = קרעטשניף
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1832
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 961 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 3 געסט

cron