קרעמער אין אייוועלט האט געשריבן:דער בן איש חי שרייבט אויף אן ארט בשם די חכמי הניתוח (דאכט זיך) אז ביים גלגולת הראש (סקאל בלעז) איז דא א דיפערענץ צווישן זכרים און נקבות, נעמליך ביי א זכר איז די גאנצע קאפ איין שטיק ביין, אבער ביי א נקבה איז דאס צוזאמגעשטעלט פון צוויי שטיקער!
און די סיבה דערצו: וואלט די פרוי'ס גלגולת געווען פון איין שטיק, וואלט דאס געפלאצט רח"ל פון צער לידה!!!!!!!!
אפאר תגובות שפעטער, קרעמער אין אייוועלט האט געשריבן:רבותי!
איך האב אויסגעדרייט די זאך... דא האט איר דעם לשון פונעם בן איש חי, ער שרייבט פונקט קאפויער ווי איך האב עס געדענקט (בעוה"ר).
אמרו חכמי הטבע, גלגולת של האיש היא עשויה שני חתיכות כשתי קערות מחוברות זע"ז והמוח בתוכם, אבל גלגולת של האשה היא כולה חתיכה אחת מעצם אחד, והטעם מפני שהאשה יש לה חבלי יולדה ואם תהיה הגלגולת שלה שתי חתיכות אז מכח תוקף חבלי יולדה מתפרקים זמ"ז והיתה נזוקת, משא"כ האיש דאין לו חבלי יולדה לא אכפת ליה בכך (בן יהוידע שבת דף קי"ט ע"ב ד"ה שם מניחין ידיהן).
און אויף נאך אן ארט:
יש היכר מובהק בין אנשים לנשים בראש, מצד הגלגולת, כי הנקבה הגלגולת עצם אחד, והזכר שנים מורכבים זב"ז (בן יהוידע סנהדרין דף י"ט ד"ה ברם).
לאדיך אפ האט געשריבן:קרעמער אין אייוועלט האט געשריבן:דער בן איש חי שרייבט אויף אן ארט בשם די חכמי הניתוח (דאכט זיך) אז ביים גלגולת הראש (סקאל בלעז) איז דא א דיפערענץ צווישן זכרים און נקבות, נעמליך ביי א זכר איז די גאנצע קאפ איין שטיק ביין, אבער ביי א נקבה איז דאס צוזאמגעשטעלט פון צוויי שטיקער!
און די סיבה דערצו: וואלט די פרוי'ס גלגולת געווען פון איין שטיק, וואלט דאס געפלאצט רח"ל פון צער לידה!!!!!!!!
יידל (דער פון די נפלאות הבורא אשכול...), אדער ווער אימער עס ווייסט: וואס זאגן די היינטיגע חכמי הניתוח?
ידען האט געשריבן:אדער ווייסט דער עולם אלעס אדער שעמט מען זיך צו פרעגן...
איך וועל מיך אבער שטארקן אויף מיין ביטערע בושה און מיין רויטער פרצוף און וועל אוועקוקן אויף מיין נאמען וואס ווייזט קלאמפערשט אויף מיין ברייטע ידיעות און מודה זיין אז כבין נישט אזוי אנגעפעקעלט מיט ידיעות ווי כאב וואלט געוואלט זיין.
היינט צופרי הער איך אז סע גייט זיין צווישן 2 און 4 אינטשעס רעגן, האב איך געטראכט , כמיין וויפיל רעגן קען שוין זיין? צוויי אינטשעס איז דאך גארנישט. סע וועט געבן א רעגן אפ און אוהז וועלן זיך ווייטער בראטן אויפן ביעטש.
א נעכטיגע טאג. סע מבולט. סע גיסט העמערס וואער נאאאאאאו סטאפ. איך וער שוין צופלאושקעט פון די ביטערע שווערע טייכן וואס האבן זיך געפנט פון די הימלען .
וואס מיינט עס צוויי אינטשעס? איינער האט זייער מעסטער? וואו הייבט מען עס אןן אויסצורעכענען?
א איד האט געשריבן:וואס איז דער פשט פון די ווארט HIDE לעבן מיין ניק אינדרויסן פונעם אשכול, דארט ווי עס שטייט ווער עס האט די לעצטע צוגעלייגט צום אשכול?
ראשעקאל האט געשריבן:א איד האט געשריבן:וואס איז דער פשט פון די ווארט HIDE לעבן מיין ניק אינדרויסן פונעם אשכול, דארט ווי עס שטייט ווער עס האט די לעצטע צוגעלייגט צום אשכול?
עפעס האט א מנהל אמאל מסביר געוועהן אז ס'האט צוטין מיט די לייק סיסטעם. איך געדענק נישט קלאר
באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און איין גאסט