בלאט 1 פון 179

זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 2:36 pm
דורך ידען
אלס א גרויסער "ידען" איז דאך פשוט אז איך האב אויך די מידה פון נייגער, און איך וויל אלעמאל וויסן און פארשטייין אלעס. אבער איך וויל נישט מאכן נייע אשכולים ביי יעדע זאך וואס האט מיר פונקט אנגעכאפט א נייגער צו וויסן, וועל איך נוצן דעם אשכול פאר דעם צוועק, צו לייגן קורצע זאכן און אויב ס'וועט ווערן א לענגערע שמועסעריי איבער א געוויסע ענין וועט מען עס קענען אפטיילן.

איך וועל אנהייבן

ווען האט זיך געטוישט דער ענין פון א גדול בישראל. ווען איז עס געווארן א ירושה ענין, און פארוואס האבן די המון עם מסכים געווען צו אזא מהלך ווען מען זעט זייער קלאר אז אפט איז עס ממש א קארופציע.

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 3:54 pm
דורך שמואל שלום שלמה
ביי די חסידישע איז עס געשען ערגעץ וואו ביי די תלמידי בעש"ט (דוכט זיך די דריטע דור). די ערשטע איז געווען אין חב"ד. ביי די ליטווישע איז עס א זאך וואס האט אנגעהויבן פאסירן הארט פארן צווייטער וועלט קריג, בפרט אין סלאבאדקע און אין וואלאזשין. ביי די מאדערנע האט זיך עס נאכנישט אריינגעכאפט (אפשר ווייל די קינדער זענען טאקע נישט ראוי ממלא צו זיין מקום אביהם וד"ל...)

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 3:54 pm
דורך קרעקער
הייליגע גוטע אידן זענען אייביג און וועלן שטענדיג אליינס אויפגעפיקט ווערן, כלל ישראל האט זייער א גוטע נאז און שמעק

דו רעדסט איבער די אזוי גערופענע היינטיגע רבנים, דע בעסט וועי אוט וואלט געווען צו מאכען וואלן אין יעדע קהלה ובית המדרש.
נאר אזוי וועט א רב זיך אהערשטעלן און זיין גרייט אויפצוטון פארן כלל ופרט, וויסענדיג אז איינמאל אין 4 יאהר דארף ער זיך שטעלן פאר די וויילער
און מ׳וועט אריינוועלן נאר קוואליפיצירטע חברה.
און רובא דרובא מחלוקת ושנאת חנם וואלט בטל געווארן.

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 3:57 pm
דורך שמואל שלום שלמה
וואלן זאגסטו? עיין ערך וויען וויליאמסבורג...

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: מוצ"ש מערץ 24, 2012 9:55 pm
דורך יידל
אין אן אנדערן אשכול viewtopic.php?f=13&t=240 וויל רואיק וויסן וואס איז דער מקור האיסור פון מאשין מצות היינט צו טאגס (וואס די טעכנעלאגיע היינט איז דאך ממש מוראדיג, אין אפילו די עדה החרדית איז מכשיר מאשין מצות לפסח, און הג"ר משה שטערנבוך איז אפילו מקפיד צו נוצן דוקא מאשין מצות). איינער ווייסט?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 25, 2012 2:58 am
דורך כעלעם'ר מגיד
קענסט אונז אפשר פריער מסביר זיין דער מקור האיסור בימים ההם ?

אגב, דעמאלס איז אויך געווען ר' משה שטערנבוך'ס וואס האבן געהאלטען מאשין מצות פאר בעסער ווי האנט מצות.

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 25, 2012 9:51 am
דורך יידל
דער מקור האיסור בימים ההם איז פילפאכיג. ערשטנס איז אז דער אמאליגער מאשין צו מאכן מצות האט סך הכל געטון איין זאך: עס האט געוועלגערט טייג. די "מאשין" (וועלכער מ'האט געדארפט דרייען מיט די הענט ס'זאל ארבייטן...) האט געהאט פעסטע חששות פון חמץ. די ארבייטער האבן אויסגעשניטען רינדיגע מצות און די איבעריגע טייג צוריקגעלייגט, שטיקלעך טייג האבן זיך אנגעקלעבט אין די מאשין ועוד. שפעטער איז דער מאשין געווארן מער פארגעשריטן אין האט שוין אויך געשניטן אין קעסטלעך, אבער די פראבלעם פון צוגעקלעבטע טייג איז נישט אוועקגעגאנגען.
צווייטענס זענען געווען אזעלכע וואס האבן גע׳טענה׳ט אז די מאשין נעמט אוועק די ארבייט פון די ארימע אידן וועלכע האבן נישט געהאט קיין אנדער פרנסה חוץ ארבייטן אין מצה בעקעריי. דריטנס, זענען געווען די וואס האבן גע׳טענה׳ט אז ס'איז א פראבלעם צוליב וואס עס איז נישט לשם מצוה וויבאלד עס איז נישט בידי אדם. דערנאך זענען געווען אזוינע וואס האבן געטענהט אז אונזער מסורה איז צו עסן דייקא רינדיגע מצות, נישט פיר עקיג. נאכדעם איז געווען דער באקאנטער אויסדרוק פון צאנזער רב אז ער אסר'ט משום "טעם הכמוס" אצלו.

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 25, 2012 12:20 pm
דורך כעלעם'ר מגיד
א"כ לפי דברך איז כמעט אלע חששות פון אמאל אויך שייך היינט, בנוסף וואס היינט איז דער אויבן א חלק פונעם מאשין וואס ברענגט צו נאך טעמים לאיסור מער ווי אמאל, אויב אזוי וואס איז אונזער ידען'ס קשיא ?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 17, 2012 8:01 pm
דורך לאדיך אפ
קרעמער אין אייוועלט האט געשריבן:דער בן איש חי שרייבט אויף אן ארט בשם די חכמי הניתוח (דאכט זיך) אז ביים גלגולת הראש (סקאל בלעז) איז דא א דיפערענץ צווישן זכרים און נקבות, נעמליך ביי א זכר איז די גאנצע קאפ איין שטיק ביין, אבער ביי א נקבה איז דאס צוזאמגעשטעלט פון צוויי שטיקער!

און די סיבה דערצו: וואלט די פרוי'ס גלגולת געווען פון איין שטיק, וואלט דאס געפלאצט רח"ל פון צער לידה!!!!!!!!


יידל (דער פון די נפלאות הבורא אשכול...), אדער ווער אימער עס ווייסט: וואס זאגן די היינטיגע חכמי הניתוח?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 17, 2012 8:05 pm
דורך לאדיך אפ
אפאר תגובות שפעטער, קרעמער אין אייוועלט האט געשריבן:רבותי!

איך האב אויסגעדרייט די זאך... דא האט איר דעם לשון פונעם בן איש חי, ער שרייבט פונקט קאפויער ווי איך האב עס געדענקט (בעוה"ר).

אמרו חכמי הטבע, גלגולת של האיש היא עשויה שני חתיכות כשתי קערות מחוברות זע"ז והמוח בתוכם, אבל גלגולת של האשה היא כולה חתיכה אחת מעצם אחד, והטעם מפני שהאשה יש לה חבלי יולדה ואם תהיה הגלגולת שלה שתי חתיכות אז מכח תוקף חבלי יולדה מתפרקים זמ"ז והיתה נזוקת, משא"כ האיש דאין לו חבלי יולדה לא אכפת ליה בכך (בן יהוידע שבת דף קי"ט ע"ב ד"ה שם מניחין ידיהן).

און אויף נאך אן ארט:

יש היכר מובהק בין אנשים לנשים בראש, מצד הגלגולת, כי הנקבה הגלגולת עצם אחד, והזכר שנים מורכבים זב"ז (בן יהוידע סנהדרין דף י"ט ד"ה ברם).

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 17, 2012 8:59 pm
דורך יאנקל
לאדיך אפ האט געשריבן:
קרעמער אין אייוועלט האט געשריבן:דער בן איש חי שרייבט אויף אן ארט בשם די חכמי הניתוח (דאכט זיך) אז ביים גלגולת הראש (סקאל בלעז) איז דא א דיפערענץ צווישן זכרים און נקבות, נעמליך ביי א זכר איז די גאנצע קאפ איין שטיק ביין, אבער ביי א נקבה איז דאס צוזאמגעשטעלט פון צוויי שטיקער!

און די סיבה דערצו: וואלט די פרוי'ס גלגולת געווען פון איין שטיק, וואלט דאס געפלאצט רח"ל פון צער לידה!!!!!!!!


יידל (דער פון די נפלאות הבורא אשכול...), אדער ווער אימער עס ווייסט: וואס זאגן די היינטיגע חכמי הניתוח?

כמובן שטימט דאס בכלל נישט מיט היינטיגער אנאטאמישער וויסנשאפט. עס זענען פאראן גולגולת דיפערענצן צווישן די מינים, אבער גארנישט פון דעם נאטור פון וועלכע דער בן איש חי האט נאכגעזאגט פון זיין-צייטיגע וויסנשאפטלער.

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 22, 2012 7:29 pm
דורך ידען
אדער ווייסט דער עולם אלעס אדער שעמט מען זיך צו פרעגן...

איך וועל מיך אבער שטארקן אויף מיין ביטערע בושה און מיין רויטער פרצוף און וועל אוועקוקן אויף מיין נאמען וואס ווייזט קלאמפערשט אויף מיין ברייטע ידיעות און מודה זיין אז כבין נישט אזוי אנגעפעקעלט מיט ידיעות ווי כאב וואלט געוואלט זיין.

היינט צופרי הער איך אז סע גייט זיין צווישן 2 און 4 אינטשעס רעגן, האב איך געטראכט , כמיין וויפיל רעגן קען שוין זיין? צוויי אינטשעס איז דאך גארנישט. סע וועט געבן א רעגן אפ און אוהז וועלן זיך ווייטער בראטן אויפן ביעטש.

א נעכטיגע טאג. סע מבולט. סע גיסט העמערס וואער נאאאאאאו סטאפ. איך וער שוין צופלאושקעט פון די ביטערע שווערע טייכן וואס האבן זיך געפנט פון די הימלען .

וואס מיינט עס צוויי אינטשעס? איינער האט זייער מעסטער? וואו הייבט מען עס אןן אויסצורעכענען?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 22, 2012 7:31 pm
דורך יידל
ידען האט געשריבן:אדער ווייסט דער עולם אלעס אדער שעמט מען זיך צו פרעגן...

איך וועל מיך אבער שטארקן אויף מיין ביטערע בושה און מיין רויטער פרצוף און וועל אוועקוקן אויף מיין נאמען וואס ווייזט קלאמפערשט אויף מיין ברייטע ידיעות און מודה זיין אז כבין נישט אזוי אנגעפעקעלט מיט ידיעות ווי כאב וואלט געוואלט זיין.

היינט צופרי הער איך אז סע גייט זיין צווישן 2 און 4 אינטשעס רעגן, האב איך געטראכט , כמיין וויפיל רעגן קען שוין זיין? צוויי אינטשעס איז דאך גארנישט. סע וועט געבן א רעגן אפ און אוהז וועלן זיך ווייטער בראטן אויפן ביעטש.

א נעכטיגע טאג. סע מבולט. סע גיסט העמערס וואער נאאאאאאו סטאפ. איך וער שוין צופלאושקעט פון די ביטערע שווערע טייכן וואס האבן זיך געפנט פון די הימלען .

וואס מיינט עס צוויי אינטשעס? איינער האט זייער מעסטער? וואו הייבט מען עס אןן אויסצורעכענען?

מיר האט געוואונדערט אקוראט די זעלבע פראגע.... :oops: אז איינער ווייסט, רופט דיך אן..

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 22, 2012 7:35 pm
דורך שמואל הלוי
צו האבן א אנונג פון וואס מ'רעדט, 2 אינטשעס רעגן איז אזוי ווי 20 אינטשעס שניי, (א אינטש רעגן איז 10 אינטשעס שניי).

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
דורך זר זהב
די טייכן וואס דו זעסט איז פון אנגעלאפענע וואסערן , זיי רעכענען אויף די גראדע ערד 2 אינטשעס

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 22, 2012 7:38 pm
דורך שמואל הלוי
א געווענדליכע רעגן איז צווישן א האלבע אינטש און א אינטש, צוויי ביז פיר אינטשעס רעגן הייסט א גאר גרויסע רעגן.

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 22, 2012 8:03 pm
דורך יידל
שכויח שמואל און זר!! קלוגער געווארן מיט נאך א ידיעה-צוויי.

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 22, 2012 9:05 pm
דורך יאנקל
די אינטשעס רעכנען זיך פשוט: אז דו וועסט לייגן א בעקן אין צענטראל פארק, וויפיל אינטשעס הויך וועט זיך עס אנפילן?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: זונטאג אפריל 22, 2012 9:16 pm
דורך געפילטע פיש
בילד

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:15 pm
דורך א איד
וואס איז דער פשט פון די ווארט HIDE לעבן מיין ניק אינדרויסן פונעם אשכול, דארט ווי עס שטייט ווער עס האט די לעצטע צוגעלייגט צום אשכול?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:31 pm
דורך ראשעקאל
א איד האט געשריבן:וואס איז דער פשט פון די ווארט HIDE לעבן מיין ניק אינדרויסן פונעם אשכול, דארט ווי עס שטייט ווער עס האט די לעצטע צוגעלייגט צום אשכול?

עפעס האט א מנהל אמאל מסביר געוועהן אז ס'האט צוטין מיט די לייק סיסטעם. איך געדענק נישט קלאר

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 27, 2012 1:41 am
דורך מומחה
פארוואס האט קאווע שטיבל צוויי URLs צו יעדע פעידזש איינס מיט WWW און איינס אנדעם, ווייסן נישט די מנהלים אז דאס ברענגט אראפ די סוירטש רענקינגס פון די סייט?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 27, 2012 12:08 pm
דורך משה רוקח
וואס הייסט צוויי URL's? ווי זעסטו דאס?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 27, 2012 1:00 pm
דורך א איד
ראשעקאל האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:וואס איז דער פשט פון די ווארט HIDE לעבן מיין ניק אינדרויסן פונעם אשכול, דארט ווי עס שטייט ווער עס האט די לעצטע צוגעלייגט צום אשכול?

עפעס האט א מנהל אמאל מסביר געוועהן אז ס'האט צוטין מיט די לייק סיסטעם. איך געדענק נישט קלאר


איינער קען אפשר לייגן א לינק ביטע, ווי מ'רעדט דערפון?
ייש"כ

הודעהפורסם: פרייטאג אפריל 27, 2012 1:16 pm
דורך מומחה
משה רוקח האט געשריבן:וואס הייסט צוויי URL's? ווי זעסטו דאס?

קוק דא פאר מער אינפארמאציע