איינרעדענישן און באבע מעשיות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
גוטזאגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:03 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

איינרעדענישן און באבע מעשיות

שליחה דורך גוטזאגער »

לכבוד די חול המועד פראגראם וועט מען אנפאנגען א פרישע נושא וואס מען וועט בהאנדלען לענגעדעס אדער מיטאס (כמיין אז די ווארט מיטאס שטאמט פון עבריט)
א פאלקס לענגעדע מיינט א מיינונג און אן אנגענומענע זאך וואס די פאלקס לייט האלטען אז עס איז אמת און עס האט נישט קיין מקור און עס קען גאר זיין אז עס איז שקר (איז געווען א עקסטערע אפהאנדליג אויף דעם ענין אין די שפאקטיוו אז עס פעלט אויס זאל מען עס אריבער ברענגען ייש"כ)

איך וועל אנפאנגען מיט דאס וואס איז געשטאנען באשריבען און איך וועל צולייגען


האר וואקסט דיקער און שנעלער צירוק ווען מען שערט עס אפ


האלטען בעטעריס אין פרישעדער מאכט די בעטעריס זאל זיך האלטען לענגער


עס דויערט זיבען יאר פאר גאם עס זאל ווערן פארדייט אין די מאגען
מען קען זען די טשיינע וואל פין די ספעיס
(לכאורה איז די מויער אין כינע די איינציגסטע מעיד אין טשיינע וואס עס האלט זיך מער ווי א יאר


צו קנאקען מיט די פינגערס ברענגט אז אויף די עלטער זאל די הענט ציטערן
אויב מען גייט איינעם איבער קען יענער מער נישט וואקסען
טרינקען לעימאנעיט נאך פיש מאכט אז די פיש זאל צוריק לעבעדיג ווערן.....

צו עסן מייערן איז געזונט פאר די זעה קראפט (גראדע האב איך א ראיה אז עס העלפט יא ווייל האזעלעך עסן אסאך מייערן האסט שוין געזען א באני רעביט מיט גלעזער?.....)י

אגב סדא וואס טענה'ען אז ליינען אין טינקעל האט בכלל נישט מיט האבען גלעזער ווייל אויב איינער רעדט צו דיר שטיל א שטיק צייט דארפסטו זיך נישט אנטון הערן מאשינדלעך

א רויטע שמאטע טוט אויפרייצען א קו

אז איינער איז באגראבען געווארען בשעתן בויען די האווער דאמבע

אז מען קען איינעם הרג'ענען ווען מען ווארפט אראפ א פעני פון עמפייער סטעיט בילדונג

היטלער ימ"ש האט געהאט קאטשקע פיס

סדא נאך איך געדענק נישט אלעס אויפן מאמענט איך וועל צולייגען נאך

א חסידישע רבי דארף זיין א מלאך

ריזיאל המלאך קומט פון אדם הראשון

די מגן דוד האבען אידען ערפונדען
אז די פארשטייסט יא מעגסטו פארשטיין אז נישט אלעס מוזטו פארשטיין

דער אשכול פארמאגט 99 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר