גאלאפ אנקעטעס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
לעב און לאך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

גאלאפ אנקעטעס

שליחה דורך לעב און לאך »

ערשטענס וויל איך מיר באגריסן. איך בין א "גר ותושב" דא אין קאווע שטיבל, איך בין א ליינער שוין כמעט פון ערשטן טאג, איך האב גאר שטארק הנאה פונעם זייטל, עס אינהאלט אסאך רייכע תוכן. עס באזוכן דא מענטשן, ווי עס זעט אויס, וועלכע האבן פולע ידיעות און פרובירן דאס אויסליפטערן מיט מענטשן זייערס גלייכן.

איך בין נישט קיין שרייבער, אבער איך פול ווי איך האב א שטיקל פענע אין היינט, טאקע נישט עפעס וואס איך קען אויסניצן פראפעסיענאל אבער כאטש דא בין כותלי השטיבל, צווישן חברים און ידידים, וועל איך פרובירן מיין בעסטע.

איך בין דא זיך צו לערנען, אז איינער קען פארבעסרן מיין גראמאטיק אדער שרייבעריי, בין איך גרייט צו הערן מיט אפענע אויערן.

איך האף עטס אלע וועט הנאה האבן.

-

מען האלט בלויז עטליכע טעג פאר דאס אמעריקאנער פאלק גייט ארויס גיין און אפגעבן זייער שטימע אין די פרעזידענטליכע וואלן. רוב בירגער האבן שוין אפגעמאכט פאר וועם זיי וועלן שטימען, מען איז שוין אריבער צוויי דעבאטעס, די קאנדידאטן האבן זיך אויסגעשוויצט איבער די זעלבע איבערגעקייטע טעמעס, און יעצט איז געבליבן פאר די הייפעלע אומבאשלאסענע וועלער אין די אזוי גערופענע "סווינג סטעיטס" אפצומאכן ווער עס וועט זיין אונזער קומענדיגע פרעזידענט.

די צוויי קאנדידאטן, דער רעפובליקאנער מיט ראמני און דער דעמאקראטישער פרעזידענט באראק אבאמא, ארבעטן אומאויפהערליך צו אריבער געווינען די אומבאשלאסענע וועלער אויף זייער זייט. זיי ווייסן אז אויב זיי קענען אריבער דרייען די צויבער ווארט "אומבאשלאסן" צו "זיכערע וועלער" איז יענער קאנדידאט פארזיכערט מיט די וואלן.

אין א געהעריגע וועלט ווייסט מען אז מענטשן זענען נישט קיין יודע מחשבות, די זעלבע ווי מען קען נישט וויסן די אמת'ע מיינונגען פון די פרעזידענטליכע קאנדידאטן קען מען אויך נישט וויסן פאר וועם די אומבאשלאסענע וועלער גייען שטימען. אבער אין די היינטיגע וועלט, ווען מענטשן ווילן שוין וויסן וואס עס וועט זיין מארגן, זענען דא ספעציעלע פירמעס וועלכע געבן זיך אפ מיטן אויספרעגן מענטשן, בעיקר אין "סווינג סטעיטס", פאר וועם זיי וועלן שענקן זייער שטימע און אזוי געבן זיי ארויס א שאצונג ווער עס שטייט פאראויס אין די פארמעסט.

איינער פון די מערסט באקאנסטע "פאולינג פירמעס" איז גאלאפ. פון זיי וועלן מיר רעדן היינט.

דזשארדזש גאלאפ האט געגרינדעט די "אמעריקאנע אינסטיטוציע פאר פובליק אפיניען" אין 1935 אין פרינסטען, ניו דזשורזי, מיטן ציל צו פארעפנטליכן אביעקטיווע מיינונגען פונעם ציבור. מיסטער גאלאפ איז ארום געגאנגען צו אמעריקאנער בירגער אויספרעגן איבער פאליטישע טעמעס וואס קאכט זיך אין לאנד. זיין הויפט ציל איז געווען זיך צו האלטן אומפארטייאיש, און ווען ער האט געגרינדעט זיין פירמע האט ער איינגעפירט א פאליסי וועלכע פארבאט דורכצופירן אנקעטעס פאר גרופעס מיט ספעציעלע אינטערעסן, ווי די רעפובליקאנער אדער דעמאקראטישע פארטייען, אפילו זיי פארשפרכען גרויסע געלטער. די פאליסי איז נאך אין אפעקט ביזן היינטיגן טאג.

אין 1936, בלויז איין יאר נאך איר גרינדונג, האט דזשארדזש גאלאפ סוקסעספול פאראויסגעזאגט אז פרענקלין רוזעוועלט וועט באזיגן זיין קעגנער אלפרעד לאנדען אין די פרעזידענטליכע וואלן. נאכעדם וואס דאס האט זיך ארויסגעשטעלט אלץ ריכטיג איז גאלאפ'ס פירמע געווארן גאר פאפולער איבערן לאנד און אין 1938 האט ער אנגעהויבן מאכן "מארקעט ריסוירטש" פאר אדווערטייזמענט פירמעס און פאר די פילם אינדוסטריע.

וואס א יאר שפעטער האט זיך די "אמעריקען אינסטיטוציע פאר פובליק אפיניען" גאר שטארק פארברייטערט. ביז אין יאר 1958 האט דזשארדזש גאלאפ אפגעקויפט עטליכע קלענערע ריסוירטש פירמעס און געענדערט זיין פירמעס נאמען צו "גאלאפ אינסטיטוציע". פון דעמאלט און ווייטער איז "גאלאפ" געווארן א וועלטס אימפעריע מיט 40 אפיסעס אין 27 לענדער איבער די וועלט.

נאך דזשארדזש גאלאפ'ס טויט אין 1984 איז זיין פירמע פארקויפט געווארן צו "סעלעקשאן ריסוירטש אינקאפערעטעד" וועלכע איז הויפטקווארטיקט אין לינקאלן, נעברעסקא. די פאלגענדע יאר האט גאלאפ זיך אויסגעשפרייט אויף פולע אנדערע פעלדער וו.צ.ב. געבן זיי ארויס גאר א רעספעקטירטער ווידעאו געים ליסטע וועלכע רעכנט אויס די געימס וועלכע פארקויפן זיך די מערסטע אין ענגלאנד.

די גאלאפ אינסטיטוציע האט עטליכע דיוויזיעס וועלכע געבן זיך אפ מיטן נאכפארשן זאכן. די מערסט באקאנטסטע איז פארשטייט זיך די "גאלאפ אנקעטעס" וועלכע פרעגט אויס מענטשן אין העכער 140 לענדער איבער די וועלט איבער זייערע מיינונגען און לעבנס באדינונגען. "גאלאפ פאלס" איז ברייט אנגענומען אין די אלעוועלטליכע מידיע אלץ א פארלעסליכע קוואל פון אינפארמאציע. אירע אנקעטעס ווערן יעדן טאג פארשפרייט דורך איר אפיציעלע וועבזייטל.

דורכאויס איר היסטאריע האט "גאלאפ" שוין אויסגעפרעגט מענטשן איבער כמעט יעדע פאליטישע, געזעלשאפטליכע און עקענאמישע טעמע איבער די וועלט, אריין גערעכנט פולע קאנטראווערסיאלע נושאים וואס אנדערע אינסטיטוציעס האבן זיך אפגעהאלטן פון פרעגן.

"גאלאפ" איז מערסט באקאנט מיטן אקוראט פאראויסזאגן ווער עס וועט געווינען די אמעריקאנער פרעזידענטליכע וואלן יעדע פיר יאר. אין 1948 האבן כמעט אלע פאלסטערס פאראויסגעזאגט אז טאמאס דעוועי וועט באזיגן הערי טרומען אין די וואלן, אבער גאלאפ איז געווען די איינציגסטע וועלכע האט געגעבן אן אויבערהאנט פאר טרומאן און צום סוף האט ער טאקע געווינען די וואלן. אבער אין 1976 האט גאלאפ געגעבן א שמאלע אויבערהאנט פאר דזשעראלד פארד און צום סוף האט דזשימי קארטער געווינען מיט א קליינער מערהייט. אויך אין 2008 האט גאלאפ געהאט א שטיקל דורכפאל ווען עקספערטן האבן איר געשטעלט אויף די 17טע ארט פון צווישן 27 אנדערע אנקעטע פירמעס וועמען מען האט געמאסטן ווי נאנט זיי זענען געווען צום ריטיגן וואל-אויסגאנג. גאלאפ האט זיך דערנאך פארענטפער אז די סיבה פארוואס זייערע אנקעטע ציפערן זענען געווען אזוי אומאקוראט איז וויבאלד זיי האבן אונטערגעשאצט די וואל-כח פון די שווארצע און היספאנישע וועלער.

דורכאויס די 2008 וואל סעזאן האט גאלאפ אויסגעפרעגט אומגעפער טויזענט אמעריקאנער בירגער יעדן טאג, און דערנאך פארעפנטליך די אנקעטע ציפערן אויף זייער וועבזייטל אין פארום פון א "דריי טאגיקע אנקעטע דורכשניט".

אויך אין א געווענליכע טאג פרעגט גאלאפ אויס טויזענט אמעריקאנער בירגער פאר זייער "געזונט און צופרידנהייט" אנקעטע וועלכע ווערט ברייט פובליצירט אין די נאציאנאלע מידיע. לויט ווי גאלאפ געט אן, רעדן זיי מיט טויזענט אמעריקאנער בירגער יעדן טאג - 350 טעג א יאר.
לייק מיין הודעה -- אבער ערשט לאמיר מאכן א סעלפי

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר