קאווע שטיבל חברים פארברענג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

קאווע שטיבל חברים פארברענג

הודעהדורך קליינער » זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:50 pm

וואו הייב איך אן?

איך האב שוין געשריבן און געמעקט. געטראכט א מינוט, און ווידער אנגעהויבן צו שרייבן, אבער נאכאמאל געמעקט, און צוריק אנגעהויבן צו שרייבן.

דער פארברענג איז געווען א רייכער און ערהאבענער, און איך שפור אז איך בין דער "קליינער" דמן חבריא עס אראפצומאלעווען ווי עס ברויך צו זיין.

וועל איך אנהייבן מיטן כראנאלאגישן סדר, און צוביסלעך האף איך אז עס וועט עפעס אן ארטיקל געבוירן ווערן.

עטליכע יאר צוריק האט מיר א חבר איינגעלאדנט צו א פארברענג פון געציילטע פון זיינע ידידים און איך האב עס אנגענומען, וויסנדיג אז ווען דער חבר מאכט א פארברענג רופט ער פון די סמעטענע פונעם ציבור און דארט וועל איך זיכער טרעפן קלוגע און געשמאקע אידן וואס איך וויל זיי זיכער נישט פארפאסן.

איך האב זיך נישט גענארט און איך האב דארט זייער פיין הנאה געהאט אבער צוליב סיבות האט זיך עס דארט געענדיגט און איך האב די געלעגנהייט נאכאמאל זיך מיט זי צו טרעפן, נישט געהאט ביז א יאר שפעטער, ווען איך האב זיך באקענט מיט א צווייטן פון דעם געהויבענעם גרופע און יענער האט מיר גערופן צו א שמועס ביים וואסער און דאן האב איך צו מיין ערשטוינונג געטראפן דארט אויך דעם חבר וואס האט מיר דאס ערשטע מאל איינגעלאדנט צום פארברענג.

אלנפאלס, די פארגאנגענע וואך האבן די ביידע מיר גערופן איך זאל אנטייל נעמען אין דעם פארברענג וואס ווערט געפירט מזמן לזמן, און איך האב עס פארשטייט זיך שנעל אנגענומען און ארויסגעקוקט אויף די מינוט וואס איך וועל זיך דארט טרעפן.

בעת'ן הזמנה, האב איך געפרעגט דעם חבר (וואס איז אליינס א גאלדענער פעדער דא אין שטיבל) וואס זענען די ניקים פון קאווע שטיבל וואס איך גיי באגעגענען דארט?

איך האב פארשטאנען אז ער האט נישט געוואלט ענטפערן, און מיט דעם האב איך אראפגעלייגן דעם טעלעפאן אז מען וועט שוין דארט זען מי ומי ההולכים.

ווי עס פארשטייט זיך שוין אליינס, איז דער מסיבה בכלל נישט געווען קיין פלאנירטער קאווע שטיבל חברים פארברענג, אבער איך בין שפעטער איבערצייגט געווארן אז א גוטע 70 פראצענט באטייליגטע זענען פון די בעסערע שרייבער ביי אונז אין שטיבל, און דעריבער איז דער קעפל א ריכטיגער און עס דארף דא באשריבן ווערן.

ביי שיין געדעקטע טישן, אנגעפילט מיט לייכטע שפייז און פרוכט, ניסלעך, פאפקארן און פאפיטעס, זיצן חסידישע אידן, ווער מיטן וואלענעם ציצית און ווער מיט די ציצית אינעווייניג און מיט א געשמאק דעבאטירט מען פילע ענינים מיט רעספעקט פארן צווייטן און זיין מיינונג.

די טעמעס זענען פילע. עס שפרודלט פון ידיעות און חכמה וואס יעדעס מינוט איז ווערד עפרות זהב. איך קען זיך נישט זעטיגן פון די ברייטקייט פון וואס אונזערע היימישע אינגעלייט זענען פיל.

מען שמועסט דארט דורך די פרשה פון די וואך, און מען צונעמט אביסל דעם נח מיט זיין תיבה, און מען ווארפט דורך בליציגע רעיונות און עס ווערט קלאר פארנעפלטע נושאים.

שפעטער איז ארויף אויפן טיש די ברענענדיגע קאמפיין טעמע און דא האבן זיך די טענער צוהיצט אויפן גרעסטן ווען עטליכע האבן גענומען א שטעלע אויף רעכטס און די ליבעראלע האבן נישט געוואלט נאכגעבן. אבער ווי הויך און ווי ווילד דער האט זיך געהאלטן ביי זיין מיינונג, האט דער צווייטער נישט געשריבן מיט באלייגנדע ווערטער, נאר האט צוריקגעענטפערט מיט דרך ארץ ווי עס פאסט פאר ערוואקסענע פערזאנען.

דער שמועס איז אזוי געלאפן און אויך דער זייגער איז מיטגעשפרינגען, אבער ווער האט דען געהאט דעם מח צו זען דעם זייגער בעת מען האט א קורת רוח פון יעדע פארבייגייענדע סעקונדע?

איך האב געהאט פארשידענע זאכן וואס איך האב געוואלט אויפברענגען דארט, אבער איך בין געווען א הרוג פון עטליכע טעג ווייניג שלאף, האב איך גיכער אויסגעהערט וואס די באטייליגטע האבן אויסגעשמועסט און אריינגעלייגט מיינע פאר צענט דא און דארט.

למשל האב איך געוואלט אויסשמועסן דער נושא וואס האט זיך שוין דא געמאכט אין שטיבל כמה פעמים איבער די נאסע שמוציגע ליילעך וואס מאנכע ווילן ארויפווארפן אויף דעם שיינעם מקום און רופן עס מיט ביליגע שפאט נעמען, און ווילן פארקויפן אז דא איז א מקום כפירה חלילה, וואס יעדער ווייסט אז עס איז א בלויזער ליגן געשאפן פון מענטשן מיט אינטערעסע אבער פארט אז עס האט זיך געמאכט אזא שמועס, האב איך געוואלט הערן וואס זיי זאגן.

עס האט נישט אויסגעפעלט איך זאל עס אויפברענגען ווארום איין שמועס האט זיך געצויגן איבער דעם ענין פון שמות, און ווי אזוי מען נעמט קעיר דערפון היינט צוטאג. און עס האט זיך קלאר אנגעזען דעם אויפברויז פון די באטייליגטע און עטליכע פון זיי, זענען אליינס נאכגעגאנגען און נאכגעפאלגט ווי אזוי מען באנעמט זיך דערמיט. און ווי איינער דארט האט געשיקט א שארפע בריוו צו איינע פון די אויסגאבעס פארן נישט אכטונג געבן אויף שמות הקדושים אין זייער אויסגאבע.

דער פארברענג איז עפעס וואס מען קען באשרייבן און נישט ענדיגן, אבער דאס מאל קלאפט מיין זייגער און שרייט זייער הויך אז איך האב נאך פארשידנס צו ערלעדיגן היינט, און איך וועל זיך מוזן אפשטעלן דא, און איך לאדן די אלע וואס האבן דארט אנטייל גענומען אז זיי זאלן ממשיך זיין.
מיין שרייבן-צייט איז זייער באשרענקט, דעריבער, טו איך נישט איבערליינען, איבערשרייבן, מעקן אדער קארעגירן מיינע ווערק.
סליחה.
באניצער אוואטאר
קליינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:06 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:04 pm

איז דאס א רעאליטעט אדער נאר א משל?
פון וואו נעמסטו דאס: "אבער איך בין שפעטער איבערצייגט געווארן אז א גוטע 70 פראצענט באטייליגטע זענען פון די בעסערע שרייבער ביי אונז אין שטיבל"?
גילוי?
אויב איז פאראן עפעס א שמץ של אמת, וואו קען איך גיין, און ווען?...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15193
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17967 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18281 מאל

הודעהדורך נס קאווע » זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:22 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:איז דאס א רעאליטעט אדער נאר א משל?
פון וואו נעמסטו דאס: "אבער איך בין שפעטער איבערצייגט געווארן אז א גוטע 70 פראצענט באטייליגטע זענען פון די בעסערע שרייבער ביי אונז אין שטיבל"?
גילוי?
אויב איז פאראן עפעס א שמץ של אמת, וואו קען איך גיין, און ווען?...

מ' האט נישט געלאדנט 70% קאווע שטיבל נאר 70% פון דארט זענען אויך אויף קאווע שטיבל
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:23 pm

וואו איז דאס? כ'וויל אויך פאפיטעס
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4206 מאל

הודעהדורך DotCom » זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:32 pm

אז שמעקעדיג און זר זהב זענען נישט דארט געווען פעלט דאך שוין 85 פראצענט פון די 'בעסערע שרייבער', ווי קומט מען אן צו זיבעציג פראצענט? ;)

איך האב שוין אסאך מאל געטראכט צו מאכן א פארברענג פון קאווע שטיבל מעמבער'ס דורך 'גוגל הענגאויס - Google+ hangout', די הויפט מעלה פון פארברענגען אנליין איז כמובן אנאנימיטי, נו ווער איז אין פאר א הענגאויס? מען פארשטאפט דעם קעמרע מיט א טישו (דער מויל מיט א שמאטע אויב האט מען שטארק מורא), און יאללא מען פארברענגט!

נישט פארגעסן די פאפיטעס!
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 729 מאל

הודעהדורך העלא » זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:38 pm

לאמיר אויך האבן די זכי', ווי קען מען מיטהאלטן אזא פארברענג
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:42 pm

איך וויל דאך זיין ביים וואסער!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15193
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17967 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18281 מאל

הודעהדורך קליינער » זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:43 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:איז דאס א רעאליטעט אדער נאר א משל?
פון וואו נעמסטו דאס: "אבער איך בין שפעטער איבערצייגט געווארן אז א גוטע 70 פראצענט באטייליגטע זענען פון די בעסערע שרייבער ביי אונז אין שטיבל"?
גילוי?
אויב איז פאראן עפעס א שמץ של אמת, וואו קען איך גיין, און ווען?...

נאכאמאל. קאווע שטיבל איז בלויז דערמאנט געווארן בשייכות צו נושאים וואס זענען אויפגעברענגט געווארן. קיינמאל איז א ניק נישט דערמאנט געווארן און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס איך האב עס נישט געוואלט באשרייבן מיט מיין געווענליכער ניק...

וועלן די באטייליגטע זיך אנרופן און ווייטער ממשיך זיין מיטן באשרייבן, וועל איך זיך צוריקקערן מיט מיין אריגינעלער ניק :רגע:

איי, פון וואו נעם איך מיט אזא זיכערקייט אז ס'רוב באטייליגטע זענען שרייבער דא? עס איז מער מיין אינטואיציע ווי עפעס אנדערש, און ביי די זאכן, האב איך זיך נישט גענארט אין דער פארגאנגענהייט.
מיין שרייבן-צייט איז זייער באשרענקט, דעריבער, טו איך נישט איבערליינען, איבערשרייבן, מעקן אדער קארעגירן מיינע ווערק.
סליחה.
באניצער אוואטאר
קליינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:06 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » זונטאג אקטאבער 21, 2012 5:00 pm

סארא חיצפע, קאווע שטיבל מעמבערס זענען זיך צוזאמענגעקומען צו א מעמד הפאפיטע קנאקן און מען האט געלאזט דאס בעסטע קינד אינדערהיים, מען האט נישט גערופן קופערניקוסן?
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4217 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 21, 2012 11:18 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:איז דאס א רעאליטעט אדער נאר א משל?
פון וואו נעמסטו דאס: "אבער איך בין שפעטער איבערצייגט געווארן אז א גוטע 70 פראצענט באטייליגטע זענען פון די בעסערע שרייבער ביי אונז אין שטיבל"?
גילוי?
אויב איז פאראן עפעס א שמץ של אמת, וואו קען איך גיין, און ווען?...

ס'איז מסתמא געווען א חלום. אבער א זיסער חלום.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13821
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15723 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8926 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » זונטאג אקטאבער 21, 2012 11:36 pm

דער קליינטשיגער האט פארגעסען איין שירה ביי די סוף מעשה.....
ויקץ ויחלום שנית.....
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5434 מאל

הודעהדורך יואליש » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:26 am

ס'איז ווירקליך אמת.

(קליינער איז צומישט. הי הי)
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2521
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1597 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3911 מאל

הודעהדורך DotCom » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 9:37 am

מעגליך אז דארט זענען נאר געווען 2 מענטשן, איינער מיט זיבעציג ניק'ס און דער אנדערער מיט נאך אפאר... עס דערמאנט מיר ווי די צוויי מענטשן וואס האבן געמאכט א מנין פון א פשוט'ן חשבון, דו מיט מיך און איך מיט דיר, איך מיט דיר און דו מיט מיר און ביידע צוזאמען זעמיר צען...
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 729 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 11:01 am

זה היום שקויתי ...

צדיקים האבן זיך תמיד געקאכט בגדלות ענין החבורה

וואו מעלדט מען זיך ?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8512 מאל

הודעהדורך קליגער איד » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 3:50 pm

איך וויל באגריסן אלע מיינע חברים פאר איך גיי אהיים פון ארבעט א גוטן טאג מיט ברכה והצלחה
אויב האט קיינער נישט קיין טענות אויף דיר, דאן געפינסטו זיך אין א בית הקברות!
קליגער איד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 12:55 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

הודעהדורך לעמיל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:05 pm

קליגער איד האט געשריבן:איך וויל באגריסן אלע מיינע חברים פאר איך גיי אהיים פון ארבעט א גוטן טאג מיט ברכה והצלחה

זייער שיין פון דיך אבער עס איז דא אשכול פאר אזלכע זאכען למשל דא
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך נס קאווע » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:40 pm

DotCom האט געשריבן:מעגליך אז דארט זענען נאר געווען 2 מענטשן, איינער מיט זיבעציג ניק'ס און דער אנדערער מיט נאך אפאר... עס דערמאנט מיר ווי די צוויי מענטשן וואס האבן געמאכט א מנין פון א פשוט'ן חשבון, דו מיט מיך און איך מיט דיר, איך מיט דיר און דו מיט מיר און ביידע צוזאמען זעמיר צען...

ס' געווען דריי כאטשיג, ער זיין חבר וואס האט איהם יא גערופן און זיין חבר וואס האט איהם נישט גערופן
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך קליינער » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 11:31 am

יואליש האט געשריבן:ס'איז ווירקליך אמת.

(קליינער איז צומישט. הי הי)

קורץ און צום פוינט.

די ארומגערינגלטע געפעלט מיר דאס מערסטע :דאבללייק:
מיין שרייבן-צייט איז זייער באשרענקט, דעריבער, טו איך נישט איבערליינען, איבערשרייבן, מעקן אדער קארעגירן מיינע ווערק.
סליחה.
באניצער אוואטאר
קליינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:06 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 10:45 am

דער אשכול איז אזא אנדערקאווער פנימי שמועס?
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1360 מאל

הודעהדורך אויס מענטש » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:48 am

גם אני בחלומי

פארשטייט זיך אז קליינער ווייסט נישט ווער איך בין און איך ווייס נישט ווער ער איז
סאו קיין גילוי איז נישט דארטן געווען
פון די דעבאטעס האט מען נאר געקנט זעהן אז דער עולם דארט טרינקט קאווע אין גרויסן
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 633 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:38 pm

DotCom האט געשריבן:אז שמעקעדיג און זר זהב זענען נישט דארט געווען פעלט דאך שוין 85 פראצענט פון די 'בעסערע שרייבער', ווי קומט מען אן צו זיבעציג פראצענט? ;)

איך האב שוין אסאך מאל געטראכט צו מאכן א פארברענג פון קאווע שטיבל מעמבער'ס דורך 'גוגל הענגאויס - Google+ hangout', די הויפט מעלה פון פארברענגען אנליין איז כמובן אנאנימיטי, נו ווער איז אין פאר א הענגאויס? מען פארשטאפט דעם קעמרע מיט א טישו (דער מויל מיט א שמאטע אויב האט מען שטארק מורא), און יאללא מען פארברענגט!

נישט פארגעסן די פאפיטעס!


פארהאן דריי סארט שרייבערס
1) איינע איז א גוטע שרייב פשוטו כמשמעו, זיינע געשרייבעכטס ליינט זיך
2) איינע שרייבט אסאך, ער האלט קאווע שטיבל פארנומען, אז ווען אימעט מ'גייט ארויף זעהט מען נייע תגובות
3) איינע איז נישט דער בעסטע שרייבער, ער שרייבט אויך נישט אסאך, אבער זיינע ידיעות אין בקיאות איז רייך.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2677
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1798 מאל

הודעהדורך לעמיל » מאנטאג יולי 29, 2013 3:31 pm

@קליינער גייט דעי יאר זומער אויך זיין א קאווע שטיבל חברים פארברענג?
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 31, 2013 12:01 pm

WHO IS IN????
עס איז שוין די העכסטע צייט צו מאכן א פארברענג!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15193
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17967 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18281 מאל

הודעהדורך לעמיל » מיטוואך יולי 31, 2013 12:13 pm

שמעקעדיג לעטס גא! לאז אונז זעין וואס דו קענסט באווייזען צאם נעמען די חברה דא
מ'קען מאכען א גריל און מיין בעקיארד טרעף נאר ווער עס וויל קומען
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מיטוואך יולי 31, 2013 12:40 pm

כקום נאר אויב סדא א משגיח תמידי
אז לעיקוואד שטייט ביים bbq קען איך דען וויסען וואספארא היתירים ער וועט טרעפן . קודם פת ישראל סאיז דאך נישט עשרת ימי תשובה.
צומות הגידין ווער ווייסט
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4735 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1893 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט