יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:33 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:כ'האב אדורכגעלייענט דעם שטערן דעם חודש, אן ארטיקל איבער איזאלאציע, מיט פארשידענע עפיזאדן ווי אזוי מענטשן האבן געלעבט איינזאם, אליינס, איינער לענגער איינער ווייניגער.

איינע פון די זאכן וואס ער פארציילט איז פון אן ארעסטאנט, טאמעס סילווערסטין, וועלכער זיצט שוין 31 יאר אין טאטאלע איזאלאציע, ער האט נישט קיינעם און גארנישט אויף דער וועלט, נישט קיין שום לייען מאטעריאל, נישט קיין שרייב געצייג, נישט קיין ראדיא, מוזיק אדער טי.ווי., ער קען נישט באקומען קיין פאסט, איז נישט ערלויבט צו האבן באזוכער, און קען נישט רעדן צו קיינעם אויף דער וועלט, עקסטרעם איינזאם, הערמעטיש פארשלאסן מיט שטאלענע ווענט אין דעם שווערסטן אמעריקאנער עי-די-עקס תפיסה אין קאלאראדא, וואו ער האט נישט מער ווי א בעטל און ביהכ"ס מיט א טישל, וזהו. ער קלאצט אוועק 24 שעה א טאג, 7 טעג א וואך, און 365 טעג א יאר. קיין פענסטערל איז נישט פאראן צו וויסן ווען איז טאג אדער נאכט; א זייגער האט ער אודאי נישט. דער לעקטער ברענגט 24 שעה ארום דעם זייגער וועלכע מאכט סתם אזוי גוט נערוועז בפרט ביים שלאפן, אזוי ארום אז ער האט נישט קיין שום אנונג אין די צייט צי איז טאג אדער נאכט און וויפיל שעה/טעג זענען אדורך... עס איז אויך נישט פאראן קיין סטיעם אדער עירקאנדישאן., אום זומער זענען די היצן אומדערטרעגליך. דער חברה'מאן טענה'ט (און מיט רעכט) אז די אומשטענדן איז אים פיל ערגער ווי דער טויט. ער איז די גאנצע צייט אונטער סורוועילענס ווידעאו (לכאורה זיכער מאכן אז ער באגייט נישט זעלבסטמארד דורך א הונגער סטרייק און פרובירט זיך צו ראטעווען פון דעם גיהנם התחתון).

עס איז שוידערליך צו באגרייפן וואס דאס מיינט פאר א מענטש אפילו בלויז פאר א וואך, ווער רעדט א חודש? א יאר? און דא רעדט מען פון אומגלויבליכע 31 יאר!!

און די ערגסטע פון אלעם איז נאך אז ער שפירט זיך אומשולדיג. אלס יונגער טוטער האט מען אים ארעסטירט ווייל ער איז געווען פארמישט אין א פארברעכן, למעשה האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז ער האט נישט געזאלט ארעסטירט ווערן, אבער נאך איידער דער גינסטיגער פסק איז ארויסגעקומען האט ער דערמארדעט איינע פון די אפיצירן אין תפיסה וועלכער איז אים שרעקליך דערגאנגען די יארן, האט מען אים דעריבער פארשיקט אין פיל א שווערערע תפיסה, און דארטן האט מען זיכער געמאכט אז מען זאל אים ענג מאכן דאס לעבן און טעראריזירן וויפיל עס איז מעגליך, ביז דער מענטשליכער מח זיינער האט עס מער נישט געקנט דערהייבן, און ער האט יענעם אפיציר אויכעט דערמארדעט, איז ער אנגעקומען צו דעם יעצטיגן גיהנם.

מענטשן רעכטן פרובירן פייטן פאר אים, אבער אן ערפאלג. די מערסטע מאדנע איז מיר געווען צו ליינען אז מען האט געברענגט די טענה פאר א ריכטער אז לויט די אמעריקאנע קאנסטיטוציע טאר מען נישט באשטראפן מיט אומגעווענליכע ברוטאלע עונשים, האט דער ריכטער גע'פסק'ענט – פשוט און גראד – אז דאס הייסט נישט ברוטאל... האלא, רב ריכטער, אפשר פרובירסטו עס אויס פאר א וואך, און מען וועט דערנאך שמועסן נאכאמאל? צולייגער איינער...

עס איז אומגלויבליך אז אין די היינטיגע דעמאקראטישע אמעריקע זאל מען אזוי ביטער פייניגן מענטשן. די לאנד וואס האט דעמאנסטרירט דעמאקראטיע, דער לאנד וואס האט זיך געגערינדעט אויפן יסוד אז די גאווערמענט איז נישט דיין בעה"ב, נאר דיין שליח וואס זוכט צו ארבעטן געטריי פאר יעדן אינדיווידואלן מענטש, און עס איז מער נישט פאראן די רשעות'דיגע רעזשימען פון אמאליגע מיטל-אלטער וועלכע האבן געקענט טון מיט א מענטש ככל העולה על רוחם, און פון היינט און ווייטער איז פאראן מענטשן רעכטן.... יא יא, גיב א קוק ווי שרעקליך נידריג מען האלט היינט... שומו שמים.


רב שמעקעדיג, איך בין געווארן שאקירט ליינענדיג דיין תגובה. אזא זאך זאל מען טוהן מיט א מענטש?

איך האב געמוזט דערגיין מער פרטים. איך האב געליינט זיין בלאט אויף וויקיפעדיע. נאכן ליינען די ארטיקל איבער אים מיט אלע פרטים, איז עס אסאך מער פארשטענדליך, און עס הערט זיך בכלל נישט אזוי ברוטאל.

ער האט ערמארדעט א תפיסה אפיציר.

אויב ווייסט אן ארעסטאנט וואס זיצט לעבנסלענגליך אז גארנישט ערגער קען געשעהן צו אים, וואס זאל אים צוריק האלטן פון הרג'ענען מענטשן אין תפיסה?
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

הודעהדורך מילכיג » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:44 pm

טויט שטראף קומט אים - וואס עפעס אזא מין פיינינג?!
אגב, וויזוי האט ער געקענט פארציילן וואס ער גייט אדארעך?
מילכיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 29, 2014 12:20 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:49 pm

איז דאך דא ליבעראלע שטאטן וואס ערלויבן נישט טויט שטראף. וואס איז די עצה?
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

הודעהדורך מילכיג » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:02 am

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:איז דאך דא ליבעראלע שטאטן וואס ערלויבן נישט טויט שטראף. וואס איז די עצה?

פוי, עקל.
מילכיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 29, 2014 12:20 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:18 pm

א ניו יארקער מאן וואס איז געווען איינגעשפארט 18 יאר אין תפיסה על לא עוול בכפו פאר א מארד וואס ער איז קיינמאל נישט באגאנגען, האט אצינד געסעטלט מיט די שטאט פאר 4.75 מיליאן דאלער קאמפענסעישאן - די גרעסטע סכום אין היסטארי פאר א סעטלמענט.

http://nypost.com/2014/12/23/wrongfully ... rom-state/
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 11, 2015 7:17 pm

.
בייגעלייגטע פיילס
Jail (1).JPG
Jail (1).JPG (60.57 KiB) געזען געווארן 3138 מאל
Jail (2).JPG
Jail (2).JPG (76.57 KiB) געזען געווארן 3138 מאל
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:00 am

א מאן וואס האט אומזיסט געשמאכט 21 יאר אין טורמע שטארבט ווייניגער ווי א יאר נאכ'ן באפרייט ווערן.
http://nydailynews.com/new-york/nyc-cri ... -1.2074339
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10020 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:57 am

די הארץ רייסט. אומגלויבליך וויפיל אומשולדיגע מענטשן שמאכטן אוועק יארן לאנג, מיטב שנותיהם, על לא דבר, על לא עוול בכפם, ואין פוצה פה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך קינד_אן_קייט » דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:50 am

ס׳שרייט ארויס דער ווייטאגליכער אומרעכט קעגן Travion Blount, א שווארצער יוגענטליכער וועלכער האט באקומען זעקס לייף טערמינען פאר א רויבעריי וואו קיינער איז נישט ערנסט געשעדיגט געווארן:

Why 15 Year Old Travion Blount Got More Than 6 Life Sentences for A Crime Where No One Was Hurt
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 494
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דינסטאג יאנואר 13, 2015 11:52 pm

נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3807
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4712 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1887 מאל

הודעהדורך פידלער » מיטוואך יאנואר 14, 2015 4:36 pm

באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 427
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 431 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 614 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 14, 2015 10:45 pm

אזוי ווי איר שרייבט, האריפייאינג, נישטא קיין ווערטער. אומגלויבליך!!!

לענ"ד איז דאס דער גרעסטער פראבלעם פון אמעריקע, העכער העלט אינשורענס און אימיגראנטן וכו'. עס איז די העכסטע צייט צו נעמען די זאך אין די האנט אריין און רעפארמירן דעם זינלאזן רשעות'דיגן סיסטעם.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מאנטאג מערץ 09, 2015 11:41 pm

די פחד'יגע געשיכטע פון סטערלינג בארבער , א 17 יעריגער וואס איז באווארפן געווארן מיט אונזער קרימע יוסטיץ סיסטעם.

גלייכצייטיג איז דאס א גוטע מוסר השכל ווי א שרעקליכע מאלעסטער קען אויסזעהן ווי א פיינע מענטש פאר אסאך מענטשען און ווי די משפחה לעבט אין דינייעל
http://youtu.be/F1xAfx6Rm4A
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 956
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

הודעהדורך chusid » דינסטאג מערץ 10, 2015 3:45 pm

זענען די שטרענגע קאנסארוואטיוו ריפאבליקאנע שולדיג אין דעם אדער איז דאס סתם א סיסטעם פראבלעם?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » דינסטאג מערץ 10, 2015 7:08 pm

@המלוכה והממשלה, וואס איז נאך אלס נישט פארענטפערט איז פארוואס בארבער איז אנטלאפן פון די פאליציי נאכן מארד. דאס אז ער האט אים געשטאכן זעקס מאל פארשטיי איך נאך אבער פארוואס האט ער זיך באהאלטן פאר א גוט יאר???
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2345
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3273 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3726 מאל

הודעהדורך יין שרף » דינסטאג מערץ 17, 2015 12:18 am

באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2119
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2649 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » דינסטאג מערץ 17, 2015 2:38 pm

אפטעמיסט האט געשריבן:@המלוכה והממשלה, וואס איז נאך אלס נישט פארענטפערט איז פארוואס בארבער איז אנטלאפן פון די פאליציי נאכן מארד. דאס אז ער האט אים געשטאכן זעקס מאל פארשטיי איך נאך אבער פארוואס האט ער זיך באהאלטן פאר א גוט יאר???

וואס ווילסטו פון א דעשראקענע 17 יעריגע בחור??
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 956
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 09, 2015 9:24 am

א פרוי פון אריזאנא זיצט שוין 22 יאר אין תפיסה, ווארטנדיג אויף איר טויט אורטייל, צוליב א אנגעבליכע קלאגע אז זי האט ערמארדעט איר אייגענע זון.

בשעתו האט מען איר אנגעקלאגט מיט א מעשה אז זי האט געמאכט א יד אחת מיט 2 אנדערע מענער צו הרג'ענען איר זון, כדי צו קלעימען אינשורענס. עס איז נישט געווען קיין שום עדות דערצו, אבער א דעטעקטיוו האט אזוי דערקלערט און אויף דעם ארויף האט מען איר צוגעטיילט טויט שטראף, און זי ווארט שוין דערויף 22 יאר.

אצינד האט א דזשאדזש איבערגעקוקט איר קעיס, און איר פשוט באפרייט!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 13, 2015 11:29 am

און אז מען רעדט שוין,

a 152 Innocents, Marked for Death

עס כאפט א פחד צו ליינען ווי דער פראקוראר זעלבסט איז זיך מתוודה אז די טעותים פאסירן בלויז ווייל זיי זוכן ענדערש צו געווינען בכל אופן שהוא ווי איידער יוסטיץ. עלובה עיסה וכו'.

(ייש"כ פארן ניק וואס האט מיר דאס צוגעשיקט)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך קינד_אן_קייט » פרייטאג אפריל 24, 2015 12:06 pm


The Justice Department and FBI have formally acknowledged that nearly every examiner in an elite FBI forensic unit gave flawed testimony in almost all trials in which they offered evidence against criminal defendants over more than a two-decade period before 2000.

Of 28 examiners with the FBI Laboratory’s microscopic hair comparison unit, 26 overstated forensic matches in ways that favored prosecutors in more than 95 percent of the 268 trials reviewed so far, according to the National Association of Criminal Defense Lawyers (NACDL) and the Innocence Project, which are assisting the government with the country’s largest post-conviction review of questioned forensic evidence.

The cases include those of 32 defendants sentenced to death. Of those, 14 have been executed or died in prison, the groups said under an agreement with the government to release results after the review of the first 200 convictions.

אומגלויבליך, איז נישט דאס ווארט.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 494
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 24, 2015 12:09 pm

קינד_אן_קייט האט געשריבן:אומגלויבליך, איז נישט דאס ווארט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך מצטמק ויפה » מוצ"ש מאי 02, 2015 11:59 pm

אין די עמי מאגעזין איז געווען די וואך א הערליכע ארטיקל מיט 'בערנארט קעריק' געוועזענער ניו יארק פאליציי קאמישענער וואס איז אויך געזיצן עטליכע יאר, איבער די קרופטירטע יוסטיץ אין אמעריקע.
א געוואלדיגע ארטיקל A must to read
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מצטמק ויפה אום זונטאג מאי 03, 2015 12:05 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:31 pm
האט שוין געלייקט: 975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1036 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג מאי 03, 2015 12:02 am

א דאנק. וועלן מיר דאס איינהאנדלען.

אין די בלאט (אוצר אפטיילונג) לויפט לעצטנס א באשרייבונג, אפהאנדלונג פון אמעריקאנער טורמעס. גאנץ אינטרעסאנט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך מצטמק ויפה » זונטאג מאי 03, 2015 12:04 am

א לינק צו זיין בוך וואס ער האט געשריבן FROM JAILER TO JAILED
http://www.amazon.com/Jailer-Jailed-Cor ... +to+jailed
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:31 pm
האט שוין געלייקט: 975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1036 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג מאי 12, 2015 8:01 pm

מייק האקעבי, דער געוועזענער גאווערנאר און סטעיט עקזעקיוטיוו פון ארקענסעס, פלאנט צו לויפן פאר פרעזידענט. די אינטרעסאנטע זאך דערפון אז ער פלאנט צו לויפן אויפן טיקעט/פלאטפארמע פון "קרימינאלע יוסטיץ רעפארם". אלס גאווערנער האט ער פארדאנירט איבער 1,000 (!) ארעסטאנטן.

פאר מער דרוקט דא:

https://www.yahoo.com/politics/the-mike ... 86601.html
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: ליב צו וויסן און 5 געסט