בלאט 10 פון 15

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 11:42 am
דורך שמעקעדיג
א פאליציי אפיציר שרייבט

http://finance.yahoo.com/news/aspiring- ... 54655.html

Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 11:26 am
דורך גראף

הודעהפורסם: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 11:34 pm
דורך שמעקעדיג
43 יאר אין סאליטערי קאנפיינמענט?

http://m.dailykos.com/story/2016/2/22/1 ... n-released

הודעהפורסם: זונטאג אקטאבער 02, 2016 2:36 am
דורך אליצפן
שמעקעדיג האט געשריבן:43 יאר אין סאליטערי קאנפיינמענט?

http://m.dailykos.com/story/2016/2/22/1 ... n-released

אמעריקע איז א מין רשעות'דיגע לאנד וואס איז כמעט נישט דא בדומה לו אין דער היינטיגער וועלט. אז מ'איז קלוג דארף מען שוין יעצט אנטלויפן פון דאנעט בעוד מועד.

הודעהפורסם: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 11:12 am
דורך שמעקעדיג
וואט דע העק? פארוואס וויל נישט קאנגרעס מיטארבעטן?

ווי ריכטיג האט איינער אמאל געזאגט - אויב PRO איז די פארקערטע פון CON - דאן וואס איז די פארקערטע פון progress?
CONGRESS!!


.

הודעהפורסם: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 11:32 am
דורך כלבאשבוע
קנעכטשאפט איז נאך אלץ לעגאל אין אמעריקא! די 13טער אמענדמענט וואס האט מבטל געווען slavery האט אויך טעכניש ערלויבט פאר ארעסטאנטן צו זיין עבדים:

Neither slavery nor involuntary servitude, except as a punishment for crime whereof the party shall have been duly convicted, shall exist within the United States, or any place subject to their jurisdiction

סדא יעצט א אנגייענדיגע סטרייק אין צענדליגער תפיסות אין אמעריקא מבטל צו זיין דעם loophole אינעם קאנסטיטושאן:
http://m.motherjones.com/politics/2016/ ... labor-work

הודעהפורסם: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:30 pm
דורך שמעקעדיג
אגב האב איך געלייענט אז מרת קלינטאן איז מיט אבאמא אויף איין פעידזש מיט באגנאדיגן ארעסטאנטן און פארגרינגערן שטראפן (וואס גראדע איר מאן, ביל, האט ארויסגעגעבן טייל פון די שטרענגערע שטראפן); בעת טראמפ איז זיך מתנגד דערקעגן און אייסערט זיך אז מען לאזט ארויס סכנה'דיגע קרימינאלן אין די גאסן (כאילו נאך 30 יאר ווען זייער טערמין ענדיגט זיך ווערן זיי פלוצים אויס סכנה, משא"כ נאך בלויז 22 יאר זענען זיי יא סכנה. נישטא ווער ס'זאל לאכן.)

הודעהפורסם: זונטאג אקטאבער 09, 2016 11:18 am
דורך שמעקעדיג
.

הודעהפורסם: זונטאג אקטאבער 30, 2016 8:03 pm
דורך שמעקעדיג
Why US inmates launched a nationwide strike

http://www.channel3000.com/news/why-us- ... e/42306608

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 1:23 pm
דורך שמעקעדיג
אינמיטן די גאנצע עלעקשאנס סומאטוכע איז אזוי אומבאמערקט געווען אין די נייעס אז דער רשע, דער "שעריף דזשאו" פון אריזאנע, וואס שטאלצירט צו זיין דער "שטרענגסטער שעריף אין אמעריקע", און פייניגט זיינע ארעסטאנטן ווי אין דער מיטל-אלטער, ווי צב"ש זיי לאזנדיג אונטער די ביטערע היצן פון קרוב צו 140 דעגרי אנע עירקאנדישאן, און געבן 2 מאגערע מאלצייטן א טאג און פארלאנגען די ארעסטאנטן זאלן אליינס באצאלן דערפאר, וכהנה וכהנה, האט נאך 7 טערמינען ענדליך פארלוירן זיין פאזיציע צו זיין קעגנער. ער איז ספעציעל געווען טרויעריג-בארימט צו פייניגן אימיגראנטן, וועלכע מען האט געכאפט ביי די אריזאנע גרעניץ מיט מעקסיקא.

עס איז שוין אייגענטליך העכסט צייט פאר דעם גרויזאמען שעריף צו רעטייערן, ער איז שוין 84 יאר, גענוג געפייניגט. די ביטערע נייעס איז אז עס איז פאראן א (קליינע) מעגליכקייט אז טראמפ וועט אים אויפנעמען אין די האומלענד סעקיוריטי טיעם, ווי ער זאל פארזעצן מיט זיין רשעות אקעגן אימיגראציע. די שאנסן זענען אבער שוואך אז א מענטש אין אזא עלטער זאלן קוואליפיצירן פאר דעם אמט.

(די אנדערע ביטערע נייעס איז אז ער האט א ריזיגע פען-באזע. טויזענטער קאנסערוואטיוון און אנדערע טוען זיך אידענטיפיצירן מיט אים און האלטן אז ער טוט ריכטיג מיט'ן פייניגן די ארעסטאנטן. סארי, אבער אמעריקע איז א גרויליג לאנד. שוואכע שאנסן עס צו מאכן גרעיט עגעין).

Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע

הודעהפורסם: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 8:59 pm
דורך גראף
איך ווייס נישט וויפיל קאנסעווערטיווס שטיצען דער שעריף צוליב זיינע מעשה רשע. זיי ווייסן נאר אז פרעזידענט אבאמע איז קעגן איהם במילא מוז ער זיין גוט. ווען מען ווייסט דער פאקטן טוישט זיך די בילד.

הודעהפורסם: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 9:11 pm
דורך שמעקעדיג
נישט ממש. קוק די קאמענטארן ביי די נייעס וועסטו זעהן וואס איך מיין.

Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע

הודעהפורסם: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 9:20 pm
דורך גראף
איך למשל האב געהערט פון איהם אבער כ'האב נישט געוואוסט פון זיינע רשעות'דיגע מעשים.

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 25, 2016 12:46 am
דורך שמעקעדיג
דאס איז א דזשאדזש ווי עס ברויך צו זיין... ירבו כמותה!!!

https://youtu.be/K9WejRFbWT8

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 9:56 pm
דורך שמעקעדיג
און ווידעראמאל - נאך איבער 20 יאר זיצן אין טורמע אומזיסט און פאר נישט, האט א דזשאדזש ארויסגעווארפן דעם אלטן אורטייל. א שאנדע!!

http://www.nytimes.com/2016/11/29/nyreg ... -case.html

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 07, 2017 6:58 pm
דורך שמעקעדיג
רשעים ארורים

.

Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 08, 2017 12:22 am
דורך גראף
דעטס איט? נאר פיר יאר אין טורמע?! צוואנציג יאר מינימום פאר דער רשע מרושע!! וויפיל יאר וואלט ער געזעצן פאר דראגס פלאס די אלע פיין און בושות פון דעם אומשולדיגען קרבן און זיין משפחה טיימס טו!

Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 08, 2017 12:26 am
דורך גראף
שמעקעדיג האט געשריבן:רשעים ארורים

.


http://www.nydailynews.com/new-york/nyp ... -1.2990774

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 26, 2017 10:20 pm
דורך החוקר
ביטע העלפט ארויס אחבנ"י וואס שמאכטן אין תפיסה נישט צו פארלירן טייל פון זייערע וויזיטינג טעג.

https://www.change.org/p/new-york-state ... facilities

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 28, 2017 7:09 pm
דורך החוקר
ב"ה, א געוואלדיגע זאך פאר אחבנ"י היושבים.

https://www.nytimes.com/2017/03/28/opin ... tions.html

הודעהפורסם: מיטוואך אפריל 05, 2017 3:04 pm
דורך שמעקעדיג
ב"ה אז ס'איז געבליבן ביים אלטן.

הודעהפורסם: מיטוואך אפריל 05, 2017 3:07 pm
דורך שמעקעדיג
מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה אז דער ניו יארק סיטי מעיאר, ביל דע בלאזיא, האט געמאלדן אז די טרויעריג-בארימטע פינסטערע טורמע אין רייקערס איילענד, וואס איז פון די שווערסטע סכנה'דיגסטע תפיסות אין אמעריקע, און איז געווען א מקור פון אומצאליגע רציחות און רדיפות סיי צווישן די ארעסטאנטן צווישן זיך און סיי פון די ברוטאלע קארופטירטע אפיצירן, וועט צוביסלעך ווערן גענצליך אפגעשפארט.

די תפיסה וועלכע געפינט זיך אויף אן אינזל, איז איין קייט פון ווייטאג און צער, סיי פאר די ארעסטאנטן זעלבסט און סיי פאר זייערע משפחות. עס האט געהאט אומצאליגע חסרונות, שווערער ווי אנדערע טורמעס. דאס זיצן אפגעזונדערט ווי א מצורע האט גורם געווען אז מען האט לענגער געדארפט ווארטן צו קענען זעהן א ריכטער, שווערער געמאכט וויזיטאציעס, און בכלליות געגעבן דעם איינדרוק ווי דער פלאץ איז נישט די זעלבע מענטשליכע ניו יארק ווי ארום דעם אינזל. עס האט געהערשט א קולטור פון פארפוילטקייט, גרויזאמקייט און קארופציע. דער מעיאר זאגט אז עס איז אזוי דורכגעפוילט, אז עס איז כמעט אוממעגליך צו פאררעכטן, און מען מוז דאס אפשפארן.

דער פלאן איז יעצט צו צעטיילן די טויזענטער ארעסטאנטן אין 5 קלענערע, מער מענטשליכע תפיסות לענגאויס די 5 באראס אין די סיטי. דער פראצעדור קען נעמען א לאנגע 10 יאר, און אפקאסטן פאר די סיטי איבער 10 ביליאן דאלער. כאטש די געלט וועט נישט פארלוירן גיין, ווי שפעטער ערקלערט. ווי אויך איז דער פלאן אפצושאפן געוויסע קריימס און פארגרינגערן די עונשים (צב"ש פראסטיטוציע וועט מער נישט זיין א קרימינאלע אקט, נאר אנשטאט וועט מען באקומען מער א ציווילע עונש ווי א טיקעט). ווי אויך רעדוצירן די צאל ארעסטאנטן אויף פארשידענע אופנים. דער מעיאר זאגט אז די לעצטערע יארן זענען די צאל ארעסטן אין ניו יארק געווארן שטארק פארמינערט, וואס גיט האפענונג אז דאס איז די ריכטיגע מהלך צו טון, אפשאפן רייקערס און מסדר זיין די אינמעיטס אין אנדערע תפיסות אדער זעהן זיי זאלן גיין פריי.

אויסער זיך שפארן אסאך געלט (ארום 1.4 ביליאן א יאר) דורך דעם פלאן, וועט דער אינזל צוניצקומען און ברענגען איינקונפט פאר די סיטי אין אנדערע וועגן, דערווייל נאך נישט באשלאסן. איין אפציע וואס וועט מסתם נישט צושטאנד קומען, איז צו מאכן נאך א ראנוועי צו דעם דערנעבנדיגן לאגווארדיע לופטפעלד. אנדערע מער מסתבר'דיגע פלענער איז צו העלפן די סיטי מיט וואסער רעזערווארן אדער מיסט וכדו'.

Mayor Backs Plan to Close Rikers and Open Jails Elsewhere
https://www.nytimes.com/2017/03/31/nyre ... sland.html


Rikers Island Commission Unveils Plan to Shut Down Jail Complex
https://www.nytimes.com/2017/04/02/nyre ... -plan.html


Closing Rikers Island Is a Moral Imperative
https://www.nytimes.com/2017/03/31/opin ... ative.html

הודעהפורסם: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 12:45 pm
דורך שמעקעדיג
אין אנדערע, ענליכע גוטע נייעס, ווערט געמאלדן אז די ברוטאלע "טענט סיטי" טורמע אין אריזאנע, וואס דער 84-יעריגער רשע דזשאו ארפעיא (וואס פלעגט זיך רופן "דער שעריף פון אמעריקע" – און איז ענדליך ארויסגעשטויסן געווארן דורך זיין קעגנער, כנ"ל) האט אויפגעשטעלט ספעציעל כדי צו פייניגן און דערנידערן די ארעסטאנטן, וועט ווערן פארשלאסן בקרוב, און די ארעסטאנטן וועלן אריבערגעפירט ווערן צו אנדערע מער מענטשליכע תפיסות.

http://www.msn.com/en-us/news/crime/ari ... ar-BBzm2XW

הודעהפורסם: פרייטאג מאי 12, 2017 8:14 am
דורך שמעקעדיג
פרעג איך ענק....

.

Re: יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע

הודעהפורסם: פרייטאג מאי 12, 2017 8:36 am
דורך החוקר
האסט ערווארטעט עפעס אנדערש? רעפובליקאנער האבן פון אייביג אן געהאט א hard-line צוגאנג צו קרימינאלן, חוץ די פון די "ווייסע קראגן" חדר. לעומת זה די דעמאקראטן האבן פונקט די פארקערטע צוגאנג.