בלאט 1 פון 1

יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 7:24 am
דורך שמעקעדיג
אצינד קומט די בשורה אז מען וועט נישט אנקלאגן דעם בחור פון קרוינהייטס, וועמען די פאליציי האט ברוטאל אטאקירט און דערנאך ארעסטירט פאר 4 טעג אין רייקערס איילענד. נאך א מזל ס'איז דא א ווידיאו.

פאר 3 חדשים צוריק איז געווען אין די נייעס, אז מען האט באפרייט פון תפיסה (אויך רייקערס איילענד) א מ'כלומר'טשן מערדער וועלכער איז פאר'משפט געווארן אויף 20 יאר, און נאך 15 יאר קעמפן מיט ציין און נעגל האט ער אויפגעוויזן אז ער איז נישט געווען דער מערדער, נאר ליבערשט א אומשולדיגער שעיר לעזאזל אויף וועמען די פאליציי אגענטורן מיט די פראקורארן האבן זיך אנגעטשעפעט.

און די פאסירונגען זענען נישט קיין איינצעלנע. עס גייט נישט אדורך קיין קורצע תקופה, וואס מען הערט נישט נאך אזעלכע האר-אויפשטעלנדע באריכטן, ווי אומ'יושר'דיג דער "יוסטיץ סיסטעם" אין אמעריקע איז. ווער עס לייענט (רח"ל) דער שטערן/שפאקטיוו, האט זיך שוין זיכער אנגעשטויסן אין מערערע באשרייבונגען וועלכע פאראורזאכן הארץ ווייטאג אז מיר לעבן אין אזא "מלכות של חסד" מיט סדומ'ער געזעצן, אן קיין יושר, רשעות און בלבולים, שווערע רשעות'דיגע תפיסות, קאלטע בלוטדורשטיגע פראקורארן, אלעס אונטערן נאמען פון יוסטיץ. אבער מען קען טרעפן גענוג פארווייטאגטע ארטיקלען אפילו פשוט אין די היימישע צייטונגען.

און די גרעסטע חידוש איז נאך, אז מיליאנען מענטשן זענען איינגערעדט און פארגלויבט דערין. גיב נאר א קוק אביסל אין די קאמענטס אויף "וואס איז נייעס", און באמערק די בלינדע באגלויבטקייט אינעם "סיסטעם". די קאמענטירער און גלויבער פארשטייען נישט אז זיי (די יוסטיץ דעפארטמענט) קענען טרעפן ביי יעדן מענטש צענדליגער קרימינאלע אנקלאגעס, זאל דאס זיין אפילו אויפן פרעזידענט אליין. דאס איז דערפאר ווייל ברצותם קענען זיי דרייען וואס דער מענטש האט געטון און געזאגט און געמיינט און געטראכט, און יעצט שטעל זיך אויפן קאפ. און אז זיי ווילן איינעם חרוב מאכן דאס לעבן, הכח בידם. אלמלא מען טרעפט נישט דעם ווידיאו פון דעם בחור'ל, וואלט ער מסתמא באקומען צוגעטיילט נישט ווייניגער ווי 6-7 יאר. וויפיל ווידיאוס ווערן בכלל נישט געטראפן אדער רעקארדירט, וואס וואלטן געקענט העלפן שטעלן א קעיס אינעם ריכטיגן פרעספעקטיוו?

די בלוט ברויזט ווען מען לייענט זיך אן אדער מען הערט די שרעקליכע מעשיות, און די עינויים וואס די אנגעקלאגטע גייען אדורך, ממש נוסח רוסלאנד און מיטל-אלטער. איי וועסטו פרעגן, וואס וועט דער אשכול אויפטון? איז קודם כל "ישיחנה", איך וויל מיר אויסרעדן אין פאבליק, און נאכדעם, אפשר וועט דאס איינער פון די פאליטישאנס לייענען און עפעס טון דערוועגן (פליז וועקטס מיך נישט אויף).

איך בין זייער שטארק פאר "יוסטיץ רעפארם". אונזער סיסטעם מוז זיך דראסטיש טוישן. די אן א שיעור מעשיות וואס איך האב שוין געהערט און געלייענט, איז איבער גענוג צו זיין איבערצייגט אז עס פאדערט זיך אן ערנסטן תיקון. (אגב, 2 סייטס - צווישן אנדערע - וואו איך האב זיך אסאך אנגעלייענט זענען http://www.prisontalk.com און http://www.prisoners.com. די צווייטע איז דעמאקראטיש געשטימט, און איז בעיקר פון פענסילוועניע, אבער נעווער-דע-לעס, גיט א גוטן בליק אריין אינעם סיסטעם, די גיהנם וואס די אומגליקליכע גייען אדורך).

וואס גענוי דארף מען טוישן? , אה, די ליסטע איז גאר א לאנגע. איך וועל נישט אנקומען צו אלעם יעצט, אבער לאמיר כאטשיג אנהייבן, און מ'וועט ממשיך זיין שפעטער אי"ה. און איר קענט צולייגן אייער אייגענע.

צום ערשטן אלעם, די תפיסות אליין דארף ווערן געטוישט לטובה. די רשעות און די צרות וואס די אינמעיטס גייען אדורך איז הארצרייסענד. בפרט נעמענדיג אין באטראכט אז מערערע פון זיי זענען אומשולדיגע! לאמיר נישט רעדן פון די געצעלטן תפיסות פון דעם שטרענגן שעריף "דזשאו" ימ"ש, אין אריזאנע, וואס איז דער טייוול אליין און האט הנאה ווי מער צו פייניגן זיינע ארעסטאנטן ממש ברוטאל. איך רעד פון דורכשניטליכע תפיסות, בפרט ביי די הויכע-סעקיוריטי תפיסות.

לאמיר נעמען א משל. אין די מאקסימום-סעקיוריטי תפיסות, געפינט זיך אין יעדן ענגן צימערל – וואו מען שטופט אריין מער מענטשן וואו עס קען פארנעמען, צוליב מאנגל אין פלאץ – א טוילעט, וועלכע איז אפן לעיני כל. וויבאלד די ארעסטאנטן זענען פארשלאסן אינעם פיצעלע צימער פאר 23 שעה א טאג, מיטן אויסנאם פון איין שעה וועלכע זיי טוען עקסערסייז אדער נעמען שאוערס וכדומה, מוזן זיי האבן דעם טוילעט אין צימערל. אבער היות די ארעסטאנטן דארפן זיין אנזעהבאר 24 שעה, און זיך נישט קענען באהאלטן, איז די טוילעט ברבים אז מען קען אריינזעהן פון די האלוועיס, און פארשטייט זיך אז אינעם צימערל אליין לעבט מען ווי א בהמה. די טוילעט איז לעבן דיין בעט, און ווען דו אדער איינע פון דיינע סעל מעיטס וויל גיין הכנות, גייט ער בפרהסיא, יעדער הערט, זעהט און שמעקט אלעס ארום. דאס איז א מין נידריגקייט וואס לאזט זיך נישט זאגן.

לויט א בריוו וואס איך האב געלייענט אין איינע פון די סייטס הנ"ל, ווערן די טורמע אפיצירן געטרעינט נישט צו פייניגן די ארעסטאנטן, נאר זיי ווייסן אז "צונעמען די פרייהייט" איז בעיקר די שטראף, ותו לא. אבער ווער עס ווייסט אביסל די הפקרות וואס טוט זיך אפ, ווי די סי.או'ס טוען ככל העולה על רוחם הטמא, אלע געמיינהייטן, און ליידער איז נישטא קיין דין וחשבון ווער עס קוקט זיי נאך, עס איז געהעריג א הפקר וועלט, מען פייניגט, מ'יאגט און מ'שלאגט, מען באשטראפט (בפרט אינעם לאך, ווי כ'וועל שפעטער מאריך זיין). זייער ווייניג גייען אנקלאגן זייערע אפיצירן, אפגערעדט בשעת דו זיצט נאך ווען דו האסט נישט קיין רעכטן, דו ביסט גענצליך תלוי בדעת אחרים; אבער אפילו נאכן ארויסגיין פון דעם קאשמאר, זעירין אינון אזעלכע וואס ווילן זיך זעהן צוריק אין קאורט, אפילו נאר כדי אנצוקלאגן אנדערע.

ווער רעדט נאך פון די הפקרות וואס טוט זיך צווישן די ארעסטאנטן, וועלכע רצח'ענען זיך ארום צווישן זיך, און די טורמע טאטעס אינטרעסירט עס נישט. וויפיל מענטשן – גענצליך אומשולדיגע – זענען שוין ארויס צוקלאפט און צוביילט, צובלוטיגט און פאר'חלש'ט פון די וואונדן וואס זיי האבן געכאפט פון די רוצחים. און אפילו טויטע! לעצטנס איז געווען אין די נייעס (אויך אין רייקערס איילענד) ווי איינער איז אויסגעגאנגען פון די וואונדן, נאכן ווערן אנגעהאקט און אראפגעווארפן אלע טרעפ מיט א רציחה. ואין פוצה פה ומצפצף. קיינער נעמט זיך נישט אן פאר די אומשולדיגע (אקעי, שולדיגע!) קרימינאלן. זיי זענען א שטח הפקר וואס זייער בלוט איז גרין און עס שטערט נישט קיינעם. קיינער פארלירט נישט קיין שלאף דערוועגן (חוץ זייערע נאנטע פארווייטאגטע קרובים).

איך וועל זיך דא אפשטעלן און באלד מאריך זיין ווייטער.