בלאט 3 פון 3

הודעהפורסם: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 10:51 am
דורך גרעפיקסער
כ׳געדענק נישט אין וועלכן ספר האבעך געזען אז מ׳זעט אז די וואס זענען מער vulnerable האט דער בורא זיי באשאפן מיט א ספעציעלן חן בכדי מ׳זאל רחמנות האבן אין קעיר נעמען פון זיי.

די חצוניות׳דיגע שיינקייט ווייזט נישט אויף עפעס בעסער בעצם (פארקערט די שיינקייט איז מצד החסרון שבהם), ווי מ׳זעיט ביי קינדער אז זיי האבן א ספעציעלן חן וואס דאס העלפט אז די עלטערן זאלן זיך גאר גוט אפגעבן מיט זיי אפגעזען ווי שמוציג זיי מאכן זיך און וויפיהל טראבל וכו׳ זיי זאלן נאר טאן...

הודעהפורסם: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 10:55 am
דורך פארווע חסיד
גרעפיקסער האט געשריבן:כ׳געדענק נישט אין וועלכן ספר האבעך געזען אז מ׳זעט אז די וואס זענען מער vulnerable האט דער בורא זיי באשאפן מיט א ספעציעלן חן בכדי מ׳זאל רחמנות האבן אין קעיר נעמען פון זיי.

כ'מיין איך האב עס געזעהן אין לב אביגדור פון הג"ר אביגדור מילער ז"ל, קען זיין ס'האט א פריערדיגע מקור.

הודעהפורסם: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 11:57 am
דורך אישתישבי
פארווע חסיד האט געשריבן:
גרעפיקסער האט געשריבן:כ׳געדענק נישט אין וועלכן ספר האבעך געזען אז מ׳זעט אז די וואס זענען מער vulnerable האט דער בורא זיי באשאפן מיט א ספעציעלן חן בכדי מ׳זאל רחמנות האבן אין קעיר נעמען פון זיי.

כ'מיין איך האב עס געזעהן אין לב אביגדור פון הג"ר אביגדור מילער ז"ל, קען זיין ס'האט א פריערדיגע מקור.


איז עס אמת?

הודעהפורסם: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 12:05 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פשט אין פסוק איז זייער פשוט, שיינקייט איז נישט קיין value בעצם, אודאי וויל א מענטש זיין שיין, א מענטש וויל אויך זיין זאט און אויסגערוט פשוט ווייל ס'פילט געשמאק, כ'מיין אז מ'קען זיין זאט און צופרידן פארוואס זאל מען דוקא אויסוועלן צו גיין הונגעריג? אז מ'קען זיין שיין פארוואס זאל מען דוקא אויסוועלן צו זיין מיאוס? ס'מיינט אבער נישט אז ס'איז בעצם א value וואס מ'דארף שטרעבן דערפאר און מאכן א גאנצע רעליגיע דערפון און רעיטן מענטשן לויט ווי אויסגערוט אדער שיין זיי זענען. ווי אויך האט נישט קיין פשט צו ווייזן אויף א מענטש "פשיהא, קוק אויף איהם, קוק ווי פלייסיג ער רוקט אריין זיין סטעיק, ממנו ילמדו וכן יעשו!", ער עסט פשוט סטעיק ווייל ער האט עס ליעב, און ס'נישט דא קיין שום ענין איהם נאכצומאכן. אז דו וועסט פילן א געשמאק דערין וועסטו עס טוהן, און אז נישט איז נישט. משא"כ יראת שמים איז בעצם א value צו ס'מאכט דעם מענטש פילן גוט צו נישט, צו דעם דארף מען שטרעבן און מיט דעם קען מען זיך רימען.

הודעהפורסם: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 1:24 pm
דורך גרעפיקסער
אישתישבי האט געשריבן:
פארווע חסיד האט געשריבן:
גרעפיקסער האט געשריבן:כ׳געדענק נישט אין וועלכן ספר האבעך געזען אז מ׳זעט אז די וואס זענען מער vulnerable האט דער בורא זיי באשאפן מיט א ספעציעלן חן בכדי מ׳זאל רחמנות האבן אין קעיר נעמען פון זיי.

כ'מיין איך האב עס געזעהן אין לב אביגדור פון הג"ר אביגדור מילער ז"ל, קען זיין ס'האט א פריערדיגע מקור.


איז עס אמת?

איך האבעס לכאורה נישט געזען פון הג"ר אביגדור מילער ז"ל נאר פון א פריערדיגן

הודעהפורסם: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 1:46 pm
דורך מצפצף
חובת הלבבות שער הבחינה