קאמענטארן אויף אונטערשריפטן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך שליח » פרייטאג מאי 10, 2019 5:44 am

הדסים האט געשריבן:איך בין זייער פרייליך אז אזויפיל "אידן" האבן באקומען די נאבעל פרייז, אבער זיי גלייבן נישט אין גארנישט. (אפשר איינצעלנע).

די קריסטן זענען לכאורה בערך די זעלבע.


ערשטענס, תינח אידן, מיינט אויך א פאלק אדער עטנישע גרופע. וויפיל אומגלויביגע קענסטו וועלכע רופן זיך קריסטן?
אבער באמת איז דאס שוין א צאמגעשטעלטע ליסטע. מער דעטאלירט איז עס צוטיילט אין Shalev, Baruch Aba. 100 Years of Nobel Prizes, כדלהלן.

relig.png


ווילט איר מיר זאגן אז אזעלכע וואס רופן זיך evangelical אדער Greek orthodox גלייבן באמת גארנישט? nice try.
רעכן אלע אידן אלס אינם מאמינים, בלייבן מאמינים פארט די לענדסלייד רוב.

צווייטנס, אין אידן זענען אויך נאר אריינגערעכנט אזעלכע וואס גלייבן אין 'עפעס' לכה"פ (א שיין חלק פון זיי), אדער וואס רופן זיך אידן און האבן קיינמאל נישט געזאגט אז זיי גלייבן נישט. אלע וואס האבן נאר סיי ווען במשך זייער לעבן זיך באצייכנט אלס אומגלויביגער, אגנאסטיקער אדער פריידענקער זענען צוזאמען 10.4 פראצענט.
אגב, איז אינטערעסאנט אז אין די סייענסעס, ווי פיזיקס און ביאלאגיע, איז עס פיל ווייניגער ווי 10 פראצענט. נאר די מאס אינם מאמינים אין ליטעראטור הייבט דעם סך הכל.

אמת טאקע אז מ'קען נישט פונקטליך מעסטן די זאכן, ווי איך האב שוין בארירט אויבן. אבער רעכן העלפט פון אלע אידן, קריסטן, און אנדערע וואס פאררופן זיך גלויביגע אלס אינם מאמינים, זענען די מאמינים 45%, כמעט העלפט. און דאס איז שוין נאכדעם וואס מ'גלייבט זיי נישט אויפן ווארט, וואס ברענגט נאר ארויס די prejudice אז נאבעל פרייז געווינער קענען נישט זיין גלויביגע.

נאכאמאל, איך זוך נישט אריינצוגיין אין די שאלה. איבער אינטעליגענציע בכלל (נישט נאר ביחס צו רעליגיע) זענען ברייט פארשפרייט פילע לופטיגע און הוילע טענות, שאין כאן מקומם. מיר פערזענליך וואלט נישט געשטערט ווען בלויז 10 פראצענט נאבעל פרייז געווינער זענען גלויביגע. איך האב עס נאר געברענגט צו ווייזן ווי אומנארמאל גוזמא'דיג עס איז די סטעיטמענט אז מ'קען טרעפן 300 אטעאיסטן קעגן יעדן גלויביגן (דהיינו אז די מאמינים זענען 0.3% :lol: ).
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 720 מאל

הודעהדורך גדליה » פרייטאג מאי 10, 2019 4:56 pm

כ'זע דא איז דא א גאנצע דין ודברים איבער די חכמי העולם און וואס זיי גלייבען אדער נישט.
קודם פון די סטעיטמענט פון טאמאס נעגל זעט מען דאך אז נאר א מיעוט פון זיינע אינטעליגענטע חברים גלייבען, והא ראי' ער דרוקט זיך אויס SOME, איז אויב זאל מען אננעמען אז ער איז טאקע אזא חכם און ער דרייט זיך מיט חכמים, און אויב איז די סטעיטמענט א ריכטיגע איז דאך א ראיה אויף פארקערט אז רוב חכמים זענען נישט גלייביג. די וואונדער פון נאגעל איז הלמאי ס'איז דא א מיעוט חכמים ואס גלייבען יא, ס'טייטש לשיטתיה אז רעליגיע איז ממש טפשות איז פארוואס איז דא אפילו א מיעוט חכמים וואס גלייבען יא?
נו אויף דעם מוז מען צוקומען צו די מסקנא אז רעליגיע איז נישט אינגאנצען טפשות נאר רוב טפשות. כ'מיין אז דאס איז נישט קיין גוטע נייעס פאר א מאמין.
אלא מאי מוז מען על כרחך זאגען אז מיר רעכענען זיך נישט מיט נאגעל'ס חכמים.
בכלל איז טאמעס נעגל'ס וואונדער בכלל נישט אזא קשיא. צווישען חכמים קענסטו טרעפן אלע מיני סארטן נארישע מיינונגען און דעות. ווייל א מענטש איז א חכם מיינט נאכנישט אז יעדע מחשבה זיינע איז חכמה. נאר אויב רוב חכמים האלטן א געוויסע מיינונג מצד זייער חכמה, דעמאלטס קען מען אננעמען אז חכמה דיקטירט כך וכך. אבער די בלויזע פאקט אז ס'איז דא חכמים וואס גלייבען עפעס דארף גארנישט מיינען, פונקט ווי דאס אז ס'איז דא פילע חכמים רייכענען מיינט נישט אז רייכערן אז א קלוגע זאך.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1030
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 607 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1616 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג מאי 12, 2019 10:54 am

I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers. It isn’t just that I don’t believe in God and, naturally, hope that I’m right in my belief. It’s that I hope there is no God! I don’t want there to be a God; I don’t want the universe to be like that.

”(”The Last Word” by Thomas Nagel, Oxford University Press: 1997)”
― Thomas Nagel

נעגל איז נישט ציפרידען פין גדליה'ס, נחמה, ער איז נאך אלץ uneasy מיט זיין מיינאנג און איז שוין גארנישט אזוי זיכער אז זיי רעדען טפשות, ווייסט פארוואס ווייל די חברה זענען some of the most intelligent and well-informed people I know

גדליה, SOME מיינט נישט א מיעוט ס'מיינט א חלק
דע מדיבר איז קיינמאל נישט געווען וואס די המון-עם האלט
ער רעדט נישט פין קיין מספר, זעט אויס ס'איז אים זייער ווייניג נוגע די מספר , די מעסעס זענען רוב מאל געווען wrong אין היסטערי אפילה די געלערענטע


למען האמת @גדליה, ס'קיט אויס ביסט אויך אביסעל uneasy מיט דיין נחמה
קוק וואו די העדשעד דיין תגיבה:
גדליה האט געשריבן:... אויב זאל מען אננעמען אז ער איז טאקע אזא חכם
... און ער דרייט זיך מיט חכמים,
... און אויב איז די סטעיטמענט א ריכטיגע איז דאך א ראיה אויף פארקערט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2303
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך מי אני » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 2:55 pm

קופערניקוס האט געשריבן:די וועלט זאגט: לאכן לאכט, דער וואס לאכט דער לעצטער.
יואליש טענה'ט: לאכן לאכט, דער וואס לאכט דער שטילסטער.
טאמבל סאס, לעומתו, ארגומענטירט: לאכן לאכט דער וואס לאכט אפילו ווען קיינער זעהט נישט.
ואני אומר : לאכן לאכט דער וואס לאכט.

מאנכע טענה'ן "דער וואס לאכט דער לעצטער... טראכט דער שטייטסטער"...
מי אני
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 393
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 3106 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 242 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 9:15 am

המלוכה והממשלה האט געשריבן:במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען

הדא הוא דכתיב: וּבָא אִישׁ מִסְכֵּן חָכָם וּמִלַּט הוּא אֶת הָעִיר בְּחָכְמָתוֹ וְאָדָם לֹא זָכַר אֶת הָאִישׁ הַמִּסְכֵּן הַהוּא... (קהלת ט,טו)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2590
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל

Re: קאמענטארן אויף אונטערשריפטן

הודעהדורך מי אני » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 7:56 pm

ראשעקאל האט געשריבן:איך האב ליב וואס "קליגער איד" שרייבט אין זיין אונטערשריפט:
אויב האט קיינער נישט קיין טענות אויף דיר, דאן געפינסטו זיך אין א בית הקברות!


“Those who seek to please everybody, please nobody.”
Aesop.

“There is only one way to avoid criticism: do nothing, say nothing, and be nothing.”
Aristotle.
מי אני
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 393
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 3106 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 242 מאל

הודעהדורך מי אני » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:04 am

יואב האט געשריבן:וויאזוי קען מען איגנארירן יאיר'ס אונטערשריפט?
נאט אייך.

כִּי אֱוִיל עַמִּי, אוֹתִי לֹא יָדָעוּ. בָּנִים סְכָלִים הֵמָּה, וְלֹא נְבוֹנִים הֵמָּה; חֲכָמִים הֵמָּה לְהָרַע, וּלְהֵיטִיב לֹא יָדָעוּ. ~ ירמיהו הנביא (ד כב)
מקובלני שנבואה הזה נפלט מפיו של ירמיהו בעת שהראהו הקב"ה דור דור ודורשיו והגיע לתקופת החרדים בעקבתא דמשיחא

מיט דעם קען מען אויך אפשר זאגן אז אונז טרעפן מיר אין סנהדרין כא. אז יונדב די חבר פון אמנון איז געווען א חכם לרשעה/להרע (ע״ש במהרש״א). יונדב האט געגעבן אן עצה פאר אמנון ווי אזוי צו פארגוואלדיגן תמר (און נאכדעם האט אמנון זיך ארויסגעדרייט פון נעמען פאראנטווארטליכקייט דערויף וכו׳). דאס קען אפשר האבן אן אנאלאג צו דאס וואס מ׳טענה׳ט אז די חרדי׳שע פירערשאפט גיבט דאס מעגליכקייט (עכ״פ אינ׳ם עבר) פאר מאנכע צו פארגוואלדיגן (קינדער) און זיך ארויסדרייען פון די קאנסעקווענצן.
מי אני
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 393
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 3106 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 242 מאל

הודעהדורך מי אני » זונטאג אקטאבער 06, 2019 12:29 pm

לגבי רביה״ק׳נס חתימה, איבער הרב קוק זצ״ל׳ס (בקובץ ח משמונה קבצים סימן רד) טיפע ווערטער בנוגע די הגדרה פון די צוויי סארטן אפיקורסים, האב איך געטראכט אז מ׳קען אפשר צושטעלן דערצו א געדאנק.

דהיינו, א חלק פון וואס הרב קוק זצ״ל זאגט איז אז איין סארט אפיקורס [סבה השפלה] איז דער וואס איז כופר מחמת חומריות ותאוות, און אין דעם גייט אריין (בדרך כלל) די יצר פון די כופרי אוה״ע. משא״כ די אנדערע סארט [סבה הרוממה] איז די וואס זענען כופר מחמת א (סארט בחינה פון א) רוחניות׳דיגע דראנג און זענען עולה במדריגה צו שנעל און צופיל אויפאמאל, וואס אין דעם גייט אריין די יצר פון די כופרי ישראל. און וויבאלד די כפירה ישראלית הרוממה קומט פון א העכערע פלאץ איז דאס שווערער צו בייקומען און וועגן דעם פאר א כופר ישראל זאל מען נישט ענטפערן (לכאורה מיינט ער עכ״פ נישט יעדער איינער; נאר איינער וואס איז פונקט אין אזא הויכע מדריגה בשכליות/רוחניות כנגדו), משא״כ צו די כופר אוה״ע וואס איז פון גרינגערע מקור ע״ש.

אין ליקוטי מוהר״ן (ח״א תורה סד) זאגט ער אויך אז עס זענען דא צוויי מיני אפיקורסות. דאס ערשטע קומט פון חכמות חיצוניות וואס דאס קומט בעצם ממקור האלקות ביי בריאת העולם (וכעין האחוריים של חכמה דקדושה בתניא פ״ח), און אויף דעם איז אפשר להשיב תשובה. דערנאך איז דא אן אפיקורסות וואס קומט פון חכמות וואס זענען באמת נישט קיין חכמות [זיי זענען פאלשע דילעממאס]. זיי קומען פון דעם חלל הפנוי בעת בריאת העולם וואס פון דארט האט הקב״ה כביכול מצמצם געווען אז עס זאל נישט זיין (ממש/כמעט) אלקות (הגם עס איז בעצם יא דא דארט אויך). און אויף די אפיקורסות איז נישט שייך אפצוענטפערן (הגם בעצם איז דא אויף דעם א תשובה אויך), און אידן דארפן אריבערגיין איבער די כפירה פון דעם ענין חלל. חוץ פון א צדיק בבחינת משרע״ה וואס ער קען יא אראפגיין אהין און האנדלען/אפענטפערן די סארט כפירה. (וע״ש אז ער איז מאריך דארט אז די חלל האט נישט מיט דיבור ווייל ס׳איז נישט א (געהעריגע) חלק פון די בריאה, וואס וועגן דעם איז די כפירה אזוי שווער, ווייל נאר מחשבה אליין איז העכער פון דעם. דאס רירט שוין אן אין וואס איז אויסגעשמועסט געווארן אין די אשכול בענין קשר בין מחשבה לדיבור.)

קען מען בדרך אפשר גמור זאגן אז די צווייטע סארט כפירה וואס הרב קוק זצ״ל דערמאנט, די כפירה ישראלית וואס קומט מחמת תשוקה לרוחניות, איז מקושר צו די צווייטע סארט כפירה וואס דער ליקוטי מוהר״ן דערמאנט וואס קומט פונ׳ם חלל הפנוי, וואס פון דארט פעהלט רוחניות, וממילא וויל די נשמה פונ׳ם איד דאס אנפולן (כעין הצדיק וואס קען זיך יא ספראווען דערמיט) ובא לכפירה וואס אויף דעם קען מען נישט (געהעריג) ענטפערן.

(מ׳קען זאגן פארקערט אז די אידישע כפירה קומט פון די ערשטע סארט וואס די ליקוטי מוהר״ן דערמאנט, ווייל דאס האט בעצם יא א שייכות מיט רוחניות וכו׳. און דעמאלטס ווערט א שטיקל סתירה בענין צו מ׳קען יא ענטפערן דערויף צו נישט. אדער אז אין די ערשטע סארט כפירה וואס די ליקוטי מוהר״ן דערמאנט ליגן די צוויי סארטן כפירות וואס הרב קוק זצ״ל דערמאנט.)
מי אני
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 393
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 3106 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 242 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג אקטאבער 13, 2019 12:50 pm

ספרא דמרא האט געשריבן:אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות

Why you shouldn't fear death
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2590
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot], Majestic-12 [Bot] און 4 געסט