בלאט 1 פון 1

קאמענטארן אויף אונטערשריפטן

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 1:13 am
דורך ראשעקאל
עס זענען דא געשמאקע אונטערשריפטן וואס טייל ניק'ס האבן זיך אהערגעשטעלט, איז נישט מער ווי פאסיג אז מ'זאל עס קענען דא אויסשמועסן.

איך האב ליב וואס "קליגער איד" שרייבט אין זיין אונטערשריפט:
אויב האט קיינער נישט קיין טענות אויף דיר, דאן געפינסטו זיך אין א בית הקברות!


אויך געפעלט מיר שמעקעדיג'ס פאסיגע אונטערשריפט:
ריחא מילתא היא - לריח ניחוח אשה לה'


א טיפיקעל זר זהב'דיגע אינטערשריפט:
האסט מיר גע'לייק'ט? נעם עס נישט אוועק! נעקסט טיים טראכט צוויי מאל בעפאר דו לייקסט. הרג'ע מיר נישט!